מיטוואך ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויקרא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
אין די פארמיטאג שעות האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים לויה און מלוה געווען די מטה פון הרה"ח ר' יושע העשיל דרעזדנער ע"ה פארנט פון ביהמ"ד הגדול.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק שלמה פאלאטשעק הי"ו און הרה"ח ר' שבתי יעקב ווערטהיימער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר אברהם יואל לעפפלער שליט"א און הרה"ח ר' משה יקותיאל שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און מען האט אויסגעשמועסט און איבערגעגאנגען פילע שאלות וואס מאכן זיך יעצט לקראת חג הפסח הבעל"ט און בפרט שאלות וואס מאכן זיך שבת ערב פסח.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50,
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית ברכה סימא ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל עצי חיים זי"ע.
נאך מעריב האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל שלום שאפפער הי"ו און הרה"ח ר' שמעון יואל גוטמאן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~