דינסטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויקרא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק וואלף מיטטעלמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שלמה וויינשטאק הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר בנימין זאב פוקס שליט"א.
ב"ר יואל שניטצער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אריבערגעגאנגען צום מצה בעקערי דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן נייעם אויוון וועלכע איז געקויפט געווארן פארן באנוץ פונעם מצות באקן ערב פסח וועלכע וועט אי"ה פארגעקומען ברוב עם בהיכל המתיבתא בראשות רבינו שליט"א,
דער רבי האט אנגעוויזן פארשידענע הוראות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
ביים אנקומען קיין וומ"ס ארום 8:30 איז דער רבי צום ערשט אריבער בבית מדרשינו בנין געלבשטיין בשכונת קעסקעיד ווי עס איז פארגעקומען א סיום אויף הלכות טהרה געלערנט דורך לומדי כוללינו וומ"ס סניף קעסקעיד אינאיינעם מיט א חנוכת הבית פארן נייעם היכל לב אהרן וועלכע איז נארוואס פארענדיגט געווארן אין ביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, פאר הגה"צ רבי נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ, פאר הר"ר ברוך שטערן שליט"א - ראש החבורה, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה פאר די לומדי הכולל און מתפללי הביהמ"ד,
מען האט געענדיגט ארום 8:45.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבילים ביי הרה"ח ר' משה זילבערשטיין הי"ו היושב ע"פ אשתו ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 9:10 ביז 11:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"צ ר' אליעזר יושע יודקובסקי שליט"א - אדמו"ר מסטיטשין אינאיינעם מיט מחותנו הרה"ח ר' אשר זעליג לעוו הי"ו - ראה"ק דקהלתינו הק' לאנדאן לרגל די שמחת הבר מצוה פון נכדיהם הב' בן הרב יודא יודקובסקי שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים לבית סיגוט און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר האדמו"ר מסטיטשין שליט"א פארן ראה"ק הרה"ח ר' אשר זעליג הי"ו, און פארן בר מצוה בחור, און געגעבן דרשה געשאנק ספרו לב אהרן על פרקי אבות.
אויך איז אריין בקודש פנימה הר"ר יוסף מייזליש שליט"א בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' מאנטריאל שליט"א לרגל שמחת הבר מצוה פון בנו הב' ני"ו,
דער רבי האט געגעבן דרשה געשאנק ספרו לב אהרן על פרקי אבות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אזוי אויך זענען אריין בקודש פנימה ווי יאר יערליך א משלחת רבני וראשי מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער כשרות המאכלים ובפרט פאר יו"ט פסח, און מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס האבן זיך לעצטענס געמאכט, ווי אויך האבן זיי איבערגעגעבן פארן רבי'ן די נייע 'מפתח הכשרות' לרגל דעם בעפארשטייענדן יו"ט פסח, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין הנהלת ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' אין ב"פ אין שפיץ פון הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א - רב הביהמ"ד לרגל דאס שליסן די מקח פאר א גרויסן בנין וואס וועט בעז"ה איבערגעבויעט ווערן פאר א ביהמ"ד גדול ומפואר מיט אלע צוגעהערן,
דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים שמחת השבע ברכות פון די חתנים נכדי הרה"ח ר' הערשל שפיץ הי"ו - בעל אכסניא פון רבינו שליט"א אין פאלם ספרינגס, וועלכע איז פארגעקומען אין די זאלן פון גרענד טערעס,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חתנים און פאר אלע מחותנים און זיידעס, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיט די גאנצע אויבנאן, מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~🌴~