מאנטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויקרא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל האלענדער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יקותיאל לוי מערץ הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד בר"א קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ש ווייס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' דוד אונגאר הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה יוסף שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"מ פרידריך הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע חיים שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' אשר שלום בעק הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגאון הגדול רבי בנימין לאנדא שליט"א - דומ"ץ טאהש ב"פ,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון אריבער א שעה צייט בהלכה ובפלפולי דאורייתא און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~