זונטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויקרא=
~ר"ח ניסן~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ישמח משה בהנהלת הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א בבנין הת"ת 'בנין מארקאוויטש'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ברי"ח גרינוואלד הי"ו.
ב"ר אהרן סטאריק הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז אברהם אבינו האט אריינגעברענגט א כח פון מסירות נפש אין גאנץ כלל ישראל, און ארויסגעברענגט לשבח פון די בחורים וועלכע זיצן נאך אין ישיבה אין חודש ניסן, און געזאגט אז זיצן אין ישיבה א וואך אין חודש ניסן איז אויך א בחינה פון מסירת נפש, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די תלמידי הישיבה.
דערנאך איז דער רבי אראפ צו די ספעציעלע מסגרת שע"י מוסדותינו הק' ווי דער רבי איז אריין אין אלע כתות און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פאר א לענגערע צייט,
אויפן וועג ארויס האבן אפגעווארט די תלמידי כתות א' ב' סניף הר"ר דוד חנני' ווייס שליט"א וועלכע האבן געזינגען א ניגון און דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח.
פון דארט איז דער רבי אריבער בביתו החדש פון הרה"ח ר' זלמן לייב קאפעל הי"ו,
דער רבי האט צום ערשט קובע געווען א מזוזה און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף די מצות וואס זענען געבאקן געווארן פארן רבינ'ס משפחה.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן פערל הי"ו און הרה"ח ר' דוד יואל כהן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמעון זאב קליין הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם משה ווייס הי"ו און הרה"ח ר' ראובן מיכאל כבודי הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:15 איז דער רבי אנגעקומען בבנין המתיבתא סניף קדושת יואל ווי עס איז פארגעקומען די 'מעמד כבוד התורה וחלוקת המעות' ווי עס איז פארטיילט געווארן סך הכול דער ריזן סכום פון אריבער א מיליאן דאלער! פאר פילע רבני ולומדי הכוללים דקהלתינו הק' פון איבער דער גארער וועלט וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אויף פילע מקצועות התורה, נדבת הרה"ח ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די חשובע רבנים, דיינים, וראשי הכוללים פון וומ"ס, ב"פ, און מאנטריאל,
דערנאך האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר א שטיק צייט,
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעוררות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און עקסטער פארן חשוב'ן נדבן הרה"ח ר' משה יעקב יוסף הי"ו,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און שטארק מאריך געווען בשבח פונעם נדבן וועלכע לאזט זיך קאסטן אזעלכע גרויסע סכומים פאר די לומדי תורה און אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב בכל ענינים, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז פארגעקומען די מעמד חלוקת המעות ווי דער רבי האט פארטיילט די סכום פון זעקס טויזענט דאלער פאר די לומדי הכוללים,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, מען האט געענדיגט ארום 9:00 אזייגער.
זמני כניסה איז געווען פון 9:10 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הר"ר מרדכי ווידער שליט"א - יו"ר חבורת 'משכינו' העולמי אינאיינעם מיט די ראשי חבורת 'להעלות' דקהלתינו הק',
מען האט אויסגעשמועסט פילע פרטים פון די חבורה און בפרט די פלענער פון די חבורה במשך די יעצטיגע ימי בין הזמנים פאר די בחורי חמד דקהלתינו הק' און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין ראשי ועסקני קהלתינו הק' פון מאנסי מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דאס עפענונג פונעם מצה בעקערי וואס מען וועט ניצן דעם ערב פסח הבעל"ט אינעם בנין הביהמ"ד הגדול אין מאנסי,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער אלע פרטים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' לוי אפפעל הי"ו און הרה"ח ר' ישעי' מענדל ווייס הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים בנימין אליעזר ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"מ גראס הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
~🌴~