דינסטאג נצבים - ג' סליחות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג נצבים - ג' סליחות
רבינו שליט''א איז אריין געקומען צו סליחות ארום 5:45 בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג.
בעל תפלה: הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אינעם בנין התלמוד תורה בנין ישעי' זאב לעוו אויף ווייט עוו. אינאיינעם מיט די תלמידי כתה מכינה לישיבה,
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים,
ב''ר אברהם שלמה האפפער.
ב''ר יחיאל ארגעל.
ב''ר ישראל משה בערקאוויטש.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארטיילט פרסים פאר די תלמידי כתה ח' וואס האבן זיך מצטיין געווען און משלים געווען די לימודים פון די פארגאנגענע יארן. ווי אויך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די תלמידים פון כתה ט' וואס האבן זיך אנגעשטרענגט אריין צו ברענגען גרעסערע סכומים לטובת המוסדות דעם פארלאפענעם פורים העעל''ט.
דערנאך איז דער רבי אריין געקומען צום לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי כתה מכינה לישיבה ווי דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מרביצי תורה און די בחורים, דערנאך האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש פאר די בחורים.
נאכן מסיבת לחיים איז דער רבי אראפ צו די נייע איבער געמאכטע תקנות זאלן פון מנוחה ושמחה 'אולמי פרענקל' ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען, דערנאך האט געלייגט א מזוזה הגה''צ אב''ד ור''מ וומ''ס שליט''א,
נאכן קביעות מזוזה האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן נדבן און פאר די עסקנים.
"מזמור שיר חנוכת הבית"
אין די פארמיטאג שעות ארום 12:15 איז כ''ק מרן רבינו שליט''א אנגעקומען צום בנין הבית רחל בנין ריספלער נדבת הרבני הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער ז''ל - ראש הקהל דקהילתינו הק'.
ביים אנקומען האט דער רבי קובע מזוזה געווען ביים הויפט אריינגאנג צום חדר האוכל,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי עס האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' בנימין ליכטענשטיין מנהל בית רחל,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש,
בתוך הדברים האט דער רבי ארויס געברענגט אז ס'איז א גרויסע טובה פאר די נשמה אז מען עפנט א בנין וואס מען האט זיך אזויפיל ארומגעמוטשעט און אז ער האט די זכי' אז אזויפיל מיידלעך ווערן נתחנך אין זיינע בנינים, ווען רביה"ק זי''ע האט געעפענט די בית רחל האט עס קיינער נישט פארשטאנען, מען האט עס גערופן א מיידל חדר, האט דער רבי זי"ע געזאגט אז ער דארף א בית רחל צו קענען האבן כלות פאר זיינע בחורים,
דערנאך האט רבינו שליט"א ווארעם אנגעוואונטשען פאר די משפחה וואס איז הולכים בדרכיו ועוד ידיהם נטוים אין אסאך גוטע זאכן לרומם קרן קהילתנו הק',
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ אב"ד ור"מ דקהילתנו הק' וומ''ס,
נאכן לחיים האט דער רבי אנגעוואנטשן פאר משפחת ריספלער,
דערנאך איז דער רבי ארום געגאנגען איבער דעם בנין באזוכן די קלאסן, שטאקן, עס זאל, א.א.וו.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
~🌴~