מאנטאג נצבים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג נצבים
רבינו שליט"א איז אנגעקומען קיין בארא פארק ארום 5:45
נאכמיטאג
ביים אנקומען האט רבינו שליט"א מנחם אבל געווען בני הרב חיים יצחק אייזיק ט''ב ז''ל מסלאטפינא - ש''ב פון מרן רבינו שליט''א.
אויפדערנאכט איז פארגעקומען די מסיבה פאר קופת רבינו - "קופת אבני חסד" דער בארימטער קופת אנ"ש ארויס צו העלפן אנ"ש בעת שמחתם, די מסיבה איז פארגעקומען און שטוב פון הרה"ח משה כהנא הי"ו אין בארא פארק, ווי די חשוב'ע נדבנים האבן געהאט די זכי' אריין צו גיין אל הקודש פנימה איבער געבן זייער נדבה לטובת הקופה,אזוי אויך איז געווען א געלעגנהייט פאר אנשי שלומינו תושבי בארא פארק אריין צו גיין לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון, צווישן זיי האבן זיך אנגעזען הרבנים הגאנים רבני דייני קהילתינו רבני העיר וראשי ישיבות ונכבדי העדה וואס זענען אריין בקודש פנימה לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרב ר' העניך אשכנזי שליט''א מ'הארידענקא.
ארום 6:15 איז הגה"צ ר' בנציון הכהן שטראסער שליט"א - אבד"ק נייטרא ב.פ. געקומען אויף א באזוך צו רבינו שליט"א, דער רבי האט אים מכבד געווען בברכת לחיים. דערנאך האט אים רבינו שליט"א געגעבן במתנה א הערליכער טלית מיט אן עטרה, מיט ציצית געקניפט פון די וואל מיט וועלכע רבינו שליט"א האט מקיים געווען מצות "ראשית הגז" ביי וועלכער דער רב איז געווען דער כהן המקבל. עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די הידורים פון די ציצית אז עס איז געשניטן געווארן לשמה, און איבער הלכות ומנהגי ישראל איבער ברכות שהחיינו ביי א נייע בגד וכדו'. ביים שמועס איז אנוועזענד געווען הרה''ג ר' שבתי קעסטענבוים מרבני תורתך שעשועי וועלכער האט אנגעפירט די מעמד ראשית הגז.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 8:05
דער רבי האט זיך באנוצט מיטן סידור אין גארטל פון רביה''ק, וואס געפינט זיך אינעם אייגענטום פונעם בעל אכסניא הרה''ח ר' משה כהנא.
רבינו שליט"א איז אריין געקומען צו תפילת מעריב ארום 12:25
דערנאך האט די קבלת קהל פארגעזעצט ביז ארום 1:10
נאך די קבלת קהל האט רבינו שליט"א גאר ווארעם אנגעוואנטשן פאר הרה"ח ר' משה מיט זיינע ב"ב פארן אריין נעמען דעם הייליגן מסיבה ביי זיך אין שטוב.
אין דערנאך איז רבינו שליט"א אריינגעפארן צו ביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג.
~🌴~