מאנטאג פקודי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג פקודי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' לייב שפילמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים הערש מיטטעלמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ח'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 1:40 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די פיפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
דער רבי האט געענדיגט ארום 2:15.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק אהרן האללענדער הי"ו און הרה"ח ר' חיים הערש ברמ"י גאלדבערגער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל פייערשטיין הי"ו און הרה"ח ר' מאיר יודא אייזנבאך הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~