זונטאג פקודי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג פקודי=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר זידא ווייס הי"ו - וומ"ס, בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר בכור משה סרוגא הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי,
אויך זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה בחורים ממציוני תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער ביי הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אויף גאנץ מסכת בבא מציעא גפ"ת,
דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר די בחורים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 1:40 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די פערטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
דער רבי האט געענדיגט ארום 2:15.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 7:10 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הכנס"ת וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' שלמה ברי"מ וויינבערגער הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
ארום 7:50 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. צום שמחת השבע ברכות לכבודו פון הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו צוגעשטעלט דורך די הנהלת השוהל הויף בעיר האבות סיגוט יע"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דער מחותן הרה"ח ר' שלמה הערש הי"ו, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן מיטן חתן און דערנאך מיט די מחותנים און זיידעס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א און הרה"ח ר' יואל הערש ראטה הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~