פרייטאג ויקהל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג ויקהל=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.
פאר הודו האט דער רבי געזאגט די תפילה קודם התפילה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע מיט בכיות עצומות פאר א לענגערע צייט.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די יומדה"ק,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק במשנתו פונעם בעל הילולא און ארויסגעברענגט אז די קדושה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע שפירט מען נאך ביז היינט צוטאגס, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים און אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע תלמידי הישיבה.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים ספר עצי חיים על הלכות מקואות.
א גוט שבת.
~🌴~