דאנערשטאג ויקהל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ויקהל=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותן המלך כ"ק אדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ה פסוק ב'.
ארום 1:40 איז דער רבי ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די דריטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מתוך אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
דער רבי האט געענדיגט ארום 2:10.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין הישיבה ווי די בחורים זענען עוסק צו מאלן ווייץ לקראת חג הפסח הבעל"ט,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פלאץ און דערנאך עוסק געווען בטירחא דגופא פאר א לענגערע צייט און געמאלן ווייץ לשם מצות מצוה ברוב עם.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון חותן המלך כ"ק אדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ זצ"ל.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה זלמן ברוין הי"ו און הרה"ח ר' עמרם יואל ווייס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל יצחק לעווי הי"ו און הרה"ח ר' פנחס ישעי' וויינשטאק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו און הרה"ח ר' יוסף יואל כהן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
ארום 8:20 איז דער רבי אנגעקומען צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף קנין תורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר אשר אנטשיל גריסגאט שליט"א,
דערביי איז פארגעקומען א מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין וואס ווערט געבויעט פאר די ישיבה,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, צום ערשט האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא זי"ע און דערנאך ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די קדושה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע וואס בלויז צו דערמאנען זיין נאמען איז א זכי' און ברענגט קדושה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז דאס אז אונז זעמיר חסידישע אידן אפילו אין אזעלכע שווערע זמנים איז נאר צו פארדאנקן די קדושה וואס ער האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט און דאס איז מחייב יעדעם איינעם, און ארומגערעדט איבער די קדושה פון ספר הק' נועם אלימלך און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה,
דערנאך איז פארגעקומען די הנחת אבן הפינה,
עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר אשר אנטשיל שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די דחקות וואס געפינט זיך אינעם יעצטיגן בנין הישיבה,
מען האט ארויפגעלייגט די ציגל אויפן טיש און דער רבי האט געגאסן די צעמענט און ארויפגעלייגט א ציגל בשעת מען זינגט ניגוני התעוררות,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה פאר א שטיק צייט,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט כתבים פאר די תלמידים וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיטן לערנען שעות רצופות במשך די ימי השובבים העעל"ט,
מען האט געענדיגט ארום 8:45.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' נטע מרדכי קויפמאן הי"ו און הרה"ח ר' ישראל אפרים פישל לאנדא הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די עסקני מפעל 'עסק' דקהלתינו הק' פון אלע שטעט אפצונעמען ברכת הקודש פון רבינו שליט"א לרגל די פרישער פראיעקט אהערצושטעלן די 'סאטמארק' ביזנעס טאג וועלכע וועט פארקומען בעז"ה דעם קומענדיגן דאנערשטאג בה"ב הבעל"ט און וועט צוזאמנעמען אלע סאטמארע ביזנעסער אינטער איין דאך,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף אלע פרטים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע.
א גוטע נאכט.
~🌴~