מיטוואך כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך כי תשא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'.
דערנאך זענען אריין בחדרו הפרטי די גבאים פון קופת אבני חסד פון אלע סניפי המתיבתא מקבל זיין ברכת הקודש לקראת יו"ט פורים הבעל"ט,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שליחות הקודש פאר די גבאים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר די גבאים.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו און הרה"ח ר' ראובן פאלאטשעק הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
נאך די זמני כניסה האבן זיך פארבינדען מיט רבינו שליט"א די עסקני חברי וועד הרחבת גבולי העיר ק"י מבשר זיין די בשורה טובה אז עס איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן מטעם הנהלת מוסדות וויזשניץ וומ"ס כפי הוראות רבם כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ וומ"ס שליט"א אז די געפלאנטע דירות פראיעקט פאר חסידיו ומעריציו אין קרית יואל איז אפיציעל בטל געווארן און קהילה קדושה וויזשניץ וועט בויען די דירות פראיעקט אויף א צווייטע פלאץ נאך די פערזענליכע בקשה פון רבינו שליט"א.
א גוטע נאכט.
~🌴~