דינסטאג כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג כי תשא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"ש פייערשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל יושע פעלבערבוים הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל יצחק ווידער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
אין די נאכמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה די תלמידים פון ישיבת בית דוד פון מאנסי,
דער רבי האט פארהערט אויף די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך מנחה איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס ווי עס איז פארגעקומען די שמחת פדיון הבן פון נכדו בן אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ רבי הערשל מייזליש שליט"א - רב דביהמ"ד בית נחום דוב דקהלתינו הק' וומ"ס וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 7:15 צום שמחת פדיון הבן אין די זאלן פון לומענענס,
אלץ כהן הפודה האט געדינט הרה"ג ר' מרדכי בעק שליט"א,
נאכן פדיון האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה, פאר די זיידע גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' מאנטריאל שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פאר הגה"צ רבי הערשל מייזליש שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
ארום 7:40 האט דער רבי פארלאזט די זאל.
זמני כניסה איז געווען פון 7:50 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה האט דער רבי געבענטשט מטבעות וואס וועט פארטיילט ווערן פאר תלמידי מוסדותינו הק' וומ"ס וועלכע וועלן אריינברענגען גרעסערע געלטער במשך די ימי הפורים הבעל"ט.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרב מנחם קליין שליט"א מנהל פון די 'צהר' ארגעניזאציע דק"ק בעלזא בשליחות פון האדמו"ר מבעלזא שליט"א,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די פרטים און די פעולות פונעם ארגעניזאציע, און מעיין געווען אין די גליונות פונעם ארגעניזאציע און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' יוסף אהרן רובין הי"ו אויף א מסיבת לחיים לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
~🌴~