דאנערשטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג תצוה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים אברהם ווייס הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אברהם הערץ הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל משה ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי,
דערנאך איז פארגעקומען אן אסיפה בקודש פנימה אינאיינעם מיט די מנהלי הישיבות פון אלע סניפי המתיבתא ווי מען איז איבערגעגאנגען פארשידענע נייע תקנות בנוגע יו"ט פורים הבעל"ט.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' הערש יוסף לעווי הי"ו און הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב חיים לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א פייערשטיין הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה הנהלת ביהמ"ד 'חיים יעקב' דקהלתינו הק' בשכונת ברך משה המורחבת אין שפיץ פון רב הביהמ"ד חדב"ן הגה"צ רבי יוסף רוקח שליט"א צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די עפענונג פונעם צייטווייליגן ביהמ"ד וועלכע עפענט זיך דעם שב"ק אינעם 'אייקאן' ביזנעס סענטער,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער אלע פרטים און הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק האט אויסגעשמועסט די פלענער פארן נייעם ביהמ"ד המפואר וועלכע ווערט געבויעט ברוב פאר והדר מיט אלע צוגעהערן און וועט האפענטליך פארטיג ווערן ביז ארום א יאר, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און פאר די הנהלת ועסקני הביהמ"ד.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~