מיטוואך תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך תצוה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' שלמה הערש בר"א עקשטיין שליט"א - מו"ץ.
ב"ר משה אלימלך צבי ווידער הי"ו.
ב"ר בנימין שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז',
ביים תהילים שיעור האט דער רבי ארומגערעדט דברי השקפה בנוגע די טומאת הציונית און דערביי אויסגעשמועסט די היסטאריע פונעם הסתדרות הציונית - די אלוועלטליכע ציוני'סטישע קאנגרעס און די מלחמה וואס אלע רבנים פון אלע שיכטן און קרייזן האבן געפירט אנטקעגן דעם, און די פשטות ביי יעדעם איינעם ביז די לעצטערע יארן זיך נישט אנצושליסן אין דעם,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג אז עס האלט שוין היינט צוטאגס אז די אגודת ישראל קרייזן פארמאגן שוין מיטגלידער אינעם קאנגרעס וואס דאס באדייט אז יעדער וואס שרייבט זיך איין אין דעם דארף אינטערשרייבן אז מען גייט זיין א חלק אין די נגע הציונית בגוף ובממון רח"ל,
און דער רבי האט אויסגעפירט מיט א בקשה צו כלל ישראל אז יעדער וואס האט אין זיך א זיק של יראת שמים זאל חלילה זיך נישט אנשליסן אין די התחברות לרשעים פונעם ערגסטן סארט טמא טמא יקרא, ויה"ר שילמדו תועים בינה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, אויך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די בחורים וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט.
נאך שחרית ארום 12:30 איז דער רבי ארויף צום ציון הק' פון רבותיה"ק זי"ע צו מתפלל זיין לרפואת גיסו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון ב"ב רבי ישראל בן לאה אסתר לרפו"ש,
ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה,
ביים אריינקומען אין אהל האט דער רבי געצינדן לעכט ביי די ציון פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און ביי רביה"ק בעל ברך משה זי"ע,
דער רבי האט געזאגט ספר רביעי פון תהילים און דערנאך געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי געליינט א קוויטל מיט די נאמען און מתפלל געווען א תפילה חרישות פאר א שטיק צייט,
מען האט געענדיגט ארום 12:55.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה בר"ש בראך הי"ו און הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א - מו"ץ, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אשר זעליג יונתן בלייך הי"ו און הרה"ח ר' שמעון שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות ארום 8:10 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון שאפינג סענטער ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט החתן בן בנו הר"ר שלמה שליט"א עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א - מרבני קהלתינו הק' מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני נשואין און פארשידענע מנהגים בנוגע שבת זכור,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די חשוב'ע זיידעס, און עקסטער פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 8:35.
זמני כניסה איז געווען פון 8:40 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א אסיפה בקודש פנימה מיט די חברי ועד הכשרות ק"י אין שפיץ פון הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א - יו"ר, ווי מען האט איבערגעשמועסט מיט רבינו שליט"א די לעצטיגע שאלות און אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות איבער די בעפארשטייענדע פסח סעזאן,
דער רבי האט אויסגעהערט אלע פרטים און אנגעוואונטשן שלא יצא מכשול מתחת ידיהם.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~