דינסטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תצוה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל שפילמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר מיכל פעלדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז דער רבי געפארן קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די חופה פון אן אור אייניקל פון גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, החתן בהרה"ג ר' איתמר כ"ץ שליט"א חתן הגה"צ רבי יצחק טווערסקי שליט"א,
נאך די חופה האט דער רבי ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די חשוב'ע זיידעס, און עקסטער פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~