מאנטאג תצוה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג תצוה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום אליעזר ליכטענשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שלום יושע יאראסלאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם מאיר שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' בנימין זאב שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:10 ביז 10:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45,
נאך מעריב האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר אהרן יעקב כהנא שליט"א און הר"ר אברהם שמעון הורוויץ שליט"א אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס ווי דער רבי האט באשיינט די שמחת החתונה פון נכד אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א, החתן בן לחתנו הגה"צ רבי ליפא טייטלבוים שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, עב"ג הכלה בת הרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א - מנה"ר ישיבה קטנה סניף באר התורה.
ארום 11:40 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון אימפעריעל צום שמחת החתונה,
ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פאר אחיו הגה"צ שליט"א, פאר האדמו"ר מסאסוב שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יושע רייז שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק ווייטצען שליט"א, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות,
דערנאך האט הרה"ח ר' יושע ברוך גראס הי"ו אויסגעריפן רבינו שליט"א צו די ריקודין מיט ווארעמע חרוזים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און מחותן,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיט אחיו הגה"צ שליט"א און דערנאך מיט יוצאי חלציו,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן זיידן כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א,
דערנאך האט זיך דער רבי צוריק אראפגעזעצט און מען האט אויסגעריפן צום מצוה טאנץ הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א, און דער רבי איז געטאנצן אינעם רינג מיט יוצאי חלציו און דערנאך עקסטער מיט אחיו הגה"צ שליט"א,
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 12:40 און אויפן וועג ארויס אנגעוואונטשן פאר די כלה.
דערנאך איז דער רבי געפארן קיין ב"פ ווי דער רבי איז ארויף אין שטוב פון האברך ר' אברהם חיים קליין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה בביתו החדש,
עס איז אנוועזנד געווען הרה"ג ר' זושא אויש שליט"א - דומ"ץ וואלקאן, און הנהלת מוסדותינו הק' פון ב"פ און עסקני מוסדות יטב לב,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די דירות פרייזן איבער גאנץ ניו יארק,
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ר' אברהם חיים הי"ו האט אפגעקויפט א זכות נכבד אינעם בנין בית רחל החדש שע"י מוסדותינו הק' ב"פ, און א זכות נכבד אינעם בנין הבית רחל החדש 'בית פיגא' אין ב"ב,
דערנאך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם חיים הי"ו לע"נ אביו הרה"ח ר' יעקב יוחנן ע"ה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' אברהם חיים הי"ו, פאר חמיו הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו און פאר די גאנצע משפחה, און פאר אלע אנוועזנדע,
דערנאך האט דער רבי אפגעהאלטן א פריוואטע שמועס מיט הגה"צ דומ"ץ וואלקאן שליט"א איבער פארשידענע הלכה'דיגע שאלות פאר א לענגערע צייט.
ארום 2:00 אזייגער איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~