מיטוואך תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך תרומה=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יחיאל אלטר וויינשטאק הי"ו.
ב"ר חיים קליין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה לברך ולהתברך בפתקא ופדיון הגאון רבי חיים יוסף דוד ווייס שליט"א בעל ויען דוד ודומ"ץ בקהל ויואל משה אנטווערפן, דערנאך איז פארגעקומען אן אסיפה בקודש פנימה איבער די לעצטערע פרשה אין גוטעמאלא, עס איז צווישן אנדערע אנוועזנד געווען הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' וומ"ס, אינאיינעם מיט רבני ועסקני וועד להצלת ילדי גוטאמאלע און נאך עטליכע עסקנים,
דער רבי האט א לענגערע צייט געהערט א באריכט פון די פעולות וואס מ'האט שוין געטון בעבר און אויסגעהערט עטליכע עדות יוצאי גוטאמאלע, דערנאך האט דער רבי א לענגערע צייט דן געווען און אויסגעפרעגט אלע דעטאלן און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עסקנים.
אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' חיים אברהם שמאיע הי"ו פון לאנדאן און ווערט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' לאנדאן,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' חיים אברהם הי"ו און די גאנצע משפחה.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' אנטווערפען וועלכע געפינט זיך אין די יעצטיגע טעג אין ניו יארק לרגל די מגבית לטובת ישיבתינו הק אין אנטווערפען,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' אין אנטווערפען און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער,
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע.
א גוטע נאכט.
~🌴~