דינסטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תרומה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ירחמיאל גרובער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם אויף די דזיקוב גאס אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה דרך התורה בהנהלת הר"ר יואל אפענהיים שליט"א און ישיבה שביל התורה בהנהלת הר"ר יואל ניימאן שליט"א וועלכע שטייען ביידע בהדרכת הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א,
ביים אנקומען אין ביהמ"ד איז דער רבי צום ערשט אריין בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט זיך ארומגעדרייט צווישן די בחורים און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר בנו הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, פאר די מנהלים שליט"א, און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויקחו לי תרומה' וואס די בעל הטורים זאגט אז תרומה איז די אותיות תורה מ', און די אמרי נועם זאגט אז ס'איז בגי' קול תפילה, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די ישיבה אז מען לייגט גאר א שטארקע דגוש, אויפצושטיין פארטאגס און לערנען פארן דאווענען, און מיט דעם איז מען מקיים ביידע סיי תורה און סיי תפילה ווייל א תפילה נאכן לערנען האט סאך א גרעסערע כח,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די מעלה פון אוועקפארן פונדערהיים צו א ישיבה, וויבאלד ווען מ'איז אינדערהיים איז שווערער צו לערנען אזויווי די וועלט זאגט ו"הם" לא ידעו דרכי, און מאריך געווען בשבח פון די ישיבה, ויקחו לי תרומה זאגט רש"י אז תרומה מיינט הפרשה זיך אפשיידן, אז מען פארט אוועק לערנען איז מען אויסגעטוהן און אפגעשיידט פון די וועלט, מ'האלט נישט מיט די נארישקייטן, מ'שווימט אין ים התלמוד, נאר אזוי קען מען עוסק זיין בתורה ותפילה,
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה לימי הפורים זאגענדיג אז מדארף זיכער מאכן צו בלייבן מיט א הפרשה, נישט זינגען קיין נישט ערליכע ניגונים זיך אויפפירן איידל ווי עס פאסט פאר ערליכע בחורים וכדו',
דער רבי האט מסיים געווען זאגענדיג אז מהאלט שוין ביי חודש אדר און יעדער דארף זיך מאכן א חשבון וואס מהאט שוין אויפגעטוהן זייט חודש חשון און איבערחזרן אלע לימודים וואס מ'האט געלערנט דעם גאנצן זמן, כדי סוף זמן זאל מען האבן קונה געווען די לימודים,
און דער רבי האט פארענדיגט בברכת קדשו פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, פאר די מנהלים שליט"א און פאר אלע בחורים.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מישועות יעקב סקולען שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די ערשטע שבת וואס מען גייט פירן דעם שב"ק אין ביהמ"ד נצח ישראל סקולען אין וומ"ס,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' יואל שווארטץ שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד בנין געלבשטיין דקהלתינו הק' בשכונת קעסקעיד אין וומ"ס,
הרה"ג ר' יואל שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו החדש 'בשבילי הלכה' על הלכות פסח,
דערביי האט דער דיין שליט"א איבערגעגעבן א גריס פונעם פארגאנגענעם שבת משפטים ווי הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א האט געפראוועט א דערהויבענע שבת התאחדות בקרב אנשי שלומינו תושבי השכונה.
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' הערשל אשכנזי שליט"א - מנה"ר ישיבה קטנה סניף באר התורה מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך מאנטאג תצוה, עב"ג החתן נכד הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~