פרייטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג משפטים=
ארום 5:15 באשמורת הבוקר איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום "מעמד בקשת רחמים ואמירת כל ספר תהילים" לרגל די ימי השובבי"ם,
בעל תפילה איז געווען הר"ר זלמן לייב ברח"ב פילאפף שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 7:00 אזייגער, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלום יוסף מענדלאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר וואלף קליין הי"ו.
ב"ר משה באסול הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
א גוט שבת.
~🌴~