דאנערשטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג משפטים=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ארי' ברב"ש וויינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים יחזקאל שרגא סאנדער הי"ו.
ב"ר יוסף אלי' ביקעל הי"ו.
ב"ר יחיאל גוטמאן הי"ו.
ב"ר שלום אליעזר גאלדבערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 8:20 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בית שמואל בנימין דקהלתינו הק' צום שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט לכבודו פון הרה"ג ר' משה טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד,
ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט קובע געווען א מזוזה אויפן נייעם שער פונעם ביהמ"ד 'שער יהודה' נדבת הרה"ח ר' יודא ווייס הי"ו,
ביים שבע ברכות האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיטן זיידן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א בעניני מזוזה און איבער די גרויסע יחוס פון חתן וכלה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, פארן דיין שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די גאנצע אויבנאן און דערנאך עקסטער מיטן חתן און מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 8:45.
זמני כניסה איז געווען פון 8:50 ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן שאול סאנדעל ע"ה און הרה"ח ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40.
א גוטע נאכט.
~🌴~