מיטוואך משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך משפטים=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אלימלך ברמ"ח פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר דוד שטוהל הי"ו.
ב"ר בנציון יעקב ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אברהם פרידמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יעקב אקער הי"ו היושב ע"פ אחותו ע"ה.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' זלמן לייב שפילמאן הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק שאול כוואן הי"ו און הרה"ח ר' יוסף פנחס שאלילאף הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אשר ראאב הי"ו און הרה"ח ר' מרדכי פריעדמאן הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון פילמער גארדענס צום שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די מלמדים פון די ספעציעלע מסגרת במוסדותינו הק' לרגל שמחת נשואי בת הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו - מראשי המסגרת,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די דרך הלימוד אין די אלטע היים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור.
זמני כניסה איז געווען פון 8:40 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה ראשי ועסקני קהלתינו הק' פון מאנסי מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די כינוס אנ"ש ומעמד 'יעמוד' דורך קהלתינו הק' וועלכע קומט פאר דעם מוצש"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' און בפרט איבער די פילע שיעורי תורה און די פילע לומדים בחבורת תורתך שעשועי און חבורת יסודי התורה, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~