דינסטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג משפטים=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא ברי"ז ווערצבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר יצחק מרדכי בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר ראובן אריאל מאוואס הי"ו.
ב"ר אהרן עקיבא קאהן הי"ו.
ב"ר אליעזר דוד איצקאוויטש הי"ו.
ב"ר משה ברוך בענדיט ליכטנשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען דברי הכנה לקראת די נסיעה צו מקומות הקדושים אין אייראפע היינט מיטוואך בעז"ה,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די אימה און פחד וואס דארף אנכאפן ווען מען גייט אריין אין די אוהלים פון אזעלכע צדיקים וקדושים, און אנגעוואונטשן מ'זאל פארן און אהיימקומען געזונטערהייט און אויספויעלן אלעס גוטס.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט שליח מצוה געלט פאר אלע בחורים.
נאך שחרית איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו - חבר הנהלת קהלתינו הק' ק"י לרגל הולדות בנו למז"ט,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 2:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום "מעמד יום האיחוד" ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די קרוב צו טויזענט תלמידי כתה מכינה לישיבה קטנה פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק,
מען האט געזינגען עטליכע ווארימע ניגונים און איינער פון די בחורים האט פארגעזינגען חרוזים,
דערנאך האבן די מנהלים איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים העעל"ט,
דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורים, ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי התחזקות ללימוד התורה, און ארומגערעדט איבער וויאזוי א חסידישע בחור דארף זיך פירן און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די בחורים,
נאך מנחה איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט, דערביי האט דער רבי איבערגעגעבן געבענטשטע מטבעות פאר הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א וועלכע פארט אין די יעצטיגע טעג קיין ארה"ק, צו פארטיילן פאר די תלמידי כתה מכינה לישיבה פון ירושלים און ב"ב,
מען האט געענדיגט ארום 4:10.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' מענדל גאלדבערגער ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:10 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מנחם חיים ריכטמאן הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן שושן פורים אין ביהמ"ד קדושת יו"ט דקהלתינו הק' אין ב"פ,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מנחם חיים הי"ו ובני משפחתו און פאר הרה"ג ר' אלטר אליעזר הורוויץ שליט"א - רב הביהמ"ד.
אויך איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ישיבת שער המלך בהנהלת הרה"ג ר' מאיר ישראל שפיטצער שליט"א,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די ישיבה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן ראש ישיבה שליט"א און פאר אלע תלמידי הישיבה.
אזוי אויך זענען אריין בקודש פנימה ראשי קהלתינו הק' פון מאנטשעסטער מקבל זיין ברכת הקודש אינאיינעם מיט די חברי ועד קרן הבנין פון ארה"ב לרגל די בעפארשטייענדע קאמפיין צו איבערבויען בית מדרשינו הגדול נאך די שריפה וועלכע איז ל"ע פארגעקומען מיט עטליכע וואכן צוריק,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער אלע פרטים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר נכד רבינו הילד אלכסנדר אשר ני"ו בן הרב הערשל מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~