זונטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג משפטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לרגל די שמחת הברית מילה ביי נכדו בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ רבי הערשל מייזליש שליט"א - רב דבית מדרשינו בית נחום דוב וומ"ס בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר זלמן לייב זופניק הי"ו - תאומים.
ב"ר אהרן חיים לעבאוויטש הי"ו.
ב"ר יודא נתנאל מאשער הי"ו.
ב"ר מנחם ישכר דוב כ"ץ הי"ו.
ב"ר חיים אברהם בער לעבאוויטש הי"ו.
ב"ר שמואל ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר זאב דוב רעטעק הי"ו.
ב"ר שרגא אלחנן ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר יואל דוד שווארץ הי"ו.
ב"ר יעקב יוחנן מיטטלמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד,
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
מוהלות: הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א.
סנדק מעומד: הגה"צ רבי הערשל מייזליש שליט"א.
ברכות וקריאת השם: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'יצחק' נאך די זיידע הגה"צ אבד"ק אלעסק זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס, און עס איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרב אלחנן חיים שליט"א, און די זיידעס הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און הגה"צ רבי הערשל מייזליש שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רב שלמה רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב ק"י,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:50.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
אין די נאכמיטאג שעות האט רבינו שליט"א באנייט די נייע ספרים שטוב אינעם ניי צוגעבויטן פליגל בביתו נאוה קודש,
בשעת'ן אריבער רוקן די ספרים האט דער רבי אנגעוויזן פארשידענע הוראות, און דערנאך בעפאר מנחה האט זיך דער רבי באדאנקט פאר די בחורים.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה אינעם נייעם פארענדיגטן פליגל בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אהרן יוסף שפילמאן היו" און הרה"ח ר' מענדל רעזען הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אשר זעליג בלייך הי"ו און הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווערצבערגער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופות איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק וואלף ברי"א גרינוואלד הי"ו לרגל א סיום הש"ס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' יצחק וואלף הי"ו און זיין גאנצע משפחה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:20 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' הערש יוסף לעווי הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שפילמאן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~