מוצ"ש יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מוצ"ש יתרו=
ארום 10:10 איז דער רבי אנגעקומען אויף קביעות מזוזה אינעם נייעם 'אייקאן' ביזנעס סענטער אין שכונת ברך משה המורחבת,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם לאבי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעה"ב הרה"ח ר' יואל בראך הי"ו און פאר די בעלי בתים פון די ארטיגע נייע געשעפטן און פאר די בוי מייסטערס פונעם בנין,
דערנאך איז דער רבי ארום אינעם גאנצן בנין און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון די הנהלת הקריה איבער די ווייטערדיגע פלענער.
פון דארט איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון גינת קליין ווי עס איז פארגעקומען א סיום הש"ס דורך הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מראה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' דוד הי"ו און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט לשבח אז טראץ ר' דוד הי"ו איז שטארק פארנומען בטירדות הכלל האט ער שוין מסיים געווען ש"ס עטליכע מאל, און מעורר געווען די קינדער און אייניקלעך זיך אפצולערנען און עס נאכמאכן, און פארענדיגט בברכת קדשו.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
דערנאך ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צום שמחת הוואכנאכט לרגל הולדת נכדו למז"ט בן הנולד אצל הרב אלחנן חיים מייזליש שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי יושע מבעלזא זי"ע וואס די יארצייט געפאלט די וואך, און בפרט איבער די שבת וואס הרה"ק רבי יושע זי"ע איז געווען אין סיגוט,
דער רבי האט טועם געווען מזונות און פיש און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה הרב אלחנן חיים שליט"א, פאר חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פאר די בני המשפחה, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פארן יולדות,
דער רבי האט פארלאזט די שטוב ארום 11:30.
~🌴~