דאנערשטאג יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג יתרו=
~חמשה עשר בשבט~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ב"ר יעקב הערש פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יואל ברא"י לאנדא הי"ו.
ב"ר משה אלי' פריעד הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור ווי דער רבי האט ארומגערעדט דברי אגדה לכבוד חמשה עשר בשבט און נאכגעזאגט פונעם הייליגן זרע קודש אז 'חמשה עשר' איז די אותיות 'שער שמחה' און אנגעוואונטשן פאר די בחורים מען זאל מרבה זיין מיט שמחות בקרוב ביי אלע בחורים.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען ניגוני חמשה עשר און דער רבי האט טועם געווען פון די פירות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די תלמידי ורמ"י הישיבה,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פון די טייטלען פאר אלע בחורים.
ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען בביתו החדש פון הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א פראכטפולע באנקעט לטובת די בנין הבית רחל 'בית פיגא' שע"י מוסדותינו הק' אין ב"ב וועלכע האלט שוין אין די לעצטע פאזעס פארן פארענדיגט ווערן בשעטו"מ,
די מסיבה איז פאררופן געווארן דורך הרה"ח ר' חיים הערש הי"ו אינאיינעם מיט הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו ווי עס זענען געלאדענט געווארן פילע נגידי אנשי שלומינו וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן מיט גרויסע סכומים און דערביי איז געשאפן געווארן אריבער צוויי מיליאן דאלער!
דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מנחה,
דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די שטיבער,
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום שלחן הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט,
במשך די סעודה האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה און עס איז פארמירט געווארן שיינע שמועסן מיט די אנוועזנדע,
אויך האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, הרה"ח ר' זלמן לייב קאפעל הי"ו, און הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק צום ערשט בדברי אגדה לכבוד היום און דערנאך ארויסגעברענגט די חשיבות פון די נדבנים און די שטארקע צורך פארן בנין הבית רחל, און ארויסגעברענגט לשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ב"ב, און אזוי אויך ארומגערעדט בשבח פון הרה"ח ר' חיים הערש הי"ו איבער זיינע פילע פעולות לטובה פארן בית השחיטה המהודרת, און פון הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו וועלכע איז פון די חברי ועד הדירות און האט געהאט א גרויסע חלק אין אראפריקן די פרייזן פון די דירות אין ק"י, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע אנוועזנדע,
דערנאך האט מען אויפגעגעבן פרוכט לכבוד היום דער רבי האט טועם געווען פון די טייטלען און נאך פארשידענע פרוכט,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו,
נאכן בענטשן איז געווען א געלעגענהייט פאר יעדעם צו אינטערשרייבן די שטרות איינאיינעם מיט רבינו שליט"א און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן יעדעם באזונדער און פארטיילט פאר יעדעם א שאכטל פירות מיט שיירי אתרוג וואס האט געהאנגען אינעם רבינ'ס סוכה,
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט די שטוב און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל אכסניא הרה"ח ר' חיים הערש הי"ו ובני משפחתו.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א - ר"י וויזניץ וומ"ס בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומ"ס שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית וויזניץ און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
ביים פארענדיגן האט דער רבי אים געזאגט אז ער מאכט אים פאר א שליח אז ער זאל איבערגעבן פאר אביו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומ"ס שליט"א א שליחות מיט א בקשה איבער די נייע דירות פאזע דורך קהילת וויזניץ בשכונת דברי חיים אין ק"י,
דער רבי האט אויסגעשמועסט די פעולות לטובה דורך כ"ק אדמו"ר מתורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל צו בויען א נייעם אידישן ישוב אין מאנסי און האדמו"ר מוויזניץ זצ"ל האט טאקע געבעטן כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ"ל נישט צו בויען זיין שטעטל תיכף נעבן זיין ישוב, און דאס איז די סיבה פארוואס דער רבי זי"ע האט נישט געבויעט קרית יואל נעבן מאנסי טראץ וואס עס איז געווען גרינגער וויבאלד ער האט געוואלט אז קרית יואל זאל זיין אפגעטיילט פון אנדערע ישובים, אבער דורך דעם וואס מאנסי איז למעשה באזעצט געווארן דורך פילע שיכטן און קרייזן איז א מציאות היינט צוטאגס אז יעדער טוט דארט ככל אשר עולה על רוחו ווייל די איינציגסטע וועג צו קענען האלטן אן עינא פקיחא אויף א שטאט איז נאר אויב עס איז איין סארט חסידות, און נאר אזוי האט קרית יואל געהאט א הצלחה ביז אהער, און דער רבי האט געבעטן איבערצוגעבן אז ניו יארק איז גענוג גרויס צו קענען מאכן ישובים ערגעץ אנדערש און מען זאל נישט מאכן ארום קרית יואל קיין וויזניצע ישוב, אונז זעמיר גרייט אפצוקויפן אלע הייזער וואס איז שוין געבויעט געווארן און אלע הייזער וואס ווערן געבויעט און מען וועט זיכער מאכן אז זיי האבן נישט קיין שום שאדן און מען וועט זיין בייהילפיג צו טרעפן א נייעם פאסיגן מקום מיט אלע הצטרכות'ער, דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט ווי די שטאט קרית יואל איז געווען כבבת עינו פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע וואס איז געווען א גברא דקפדנא ביי אידישקייט און האט אייביג אויסגעפירט וואס ער האט געוואלט ובפרט ווען עס איז געקומען צו זיין שטעטל קרית יואל ווי מען זעט בחוש ווי רביה''ק זי"ע גיבט אכטונג פון אויבן אפצוהיטן די הייליגקייט און ריינקייט פון זיין שטאט וועלכע ער האט אויפגעשטעלט מיט מסירות נפש בדם לבבו לשמו ולזכרו איבערצולאזן א שם ושארית משמו בישראל און וועט דא אויך אויספירן בעז"ה,
דער רבי האט פארענדיגט בברכת קדשו און אנגעוואונטשן ברכות לרוב און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן הגה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן ני"ו איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך אין שיכון סקווירא,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די יחוס פון חתן וכלה און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' מאיר אלי' אקער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' חזקי' צבי בוכינגער הי"ו און הרה"ח ר' יושע יצחק פירטה הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~