מיטוואך יתרו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך יתרו=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם ברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם משה ווידער הי"ו - מאנסי, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלום יצחק שעהר הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר יוסף לעווי הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר יחזקאל צבי מענדלאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל צבי מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר יושע שמואל ווידער הי"ו.
ב"ר נפתלי משה שניטצלער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום משה עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברח"ב פילעפף הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ פעלבערבוים הי"ו און הרה"ח ר' שמואל מאיר הירש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ירמי' ווייס הי"ו און הרה"ח ר' דוד מרדכי אונגאר הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
נאך די חופה איז דער רבי ארויף אינעם גני קליין זאל ווי עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט החתן בן בנו הר"ר אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א, עב"ג הכלה בת הר"ר חיים שלמה קרויס שליט"א,
דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מעריב אינעם זאל,
דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט צום שבע ברכות,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכה און איבער פארשידענע מנהגי חמשה עשר בשבט און מנהגי נשואין ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און בעל ברך משה זי"ע,
דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון די אתרוג קאמפאט און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן זיידן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן גאנצן אויבנאן און דערנאך עקסטער מיטן חתן און עקסטער מיטן דיין שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 9:00 אזייגער און דער רבי איז אריבער אין ביהמ"ד הגדול און אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שולחן הטהור לכבוד חמשה עשר בשבט בהיכל ביהמ"ד הגדול במעמד אלפי אנשי שלומינו,
מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה לכבוד היום,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
מען האט ממשיך געווען בנגינה און מען האט אויפגעגעבן פרוכט לכבוד היום, דער רבי האט געמאכט א ברכה אויף א טייטל און טועם געווען פון די אתרוגים און מען האט פארטיילט שיריים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק הללו את ה' מן השמים און ארויסגעברענגט פונקט ווי א יעדע פרוכט אדער בארג וכו' האט נישט קיין טענות פארוואס ער איז אזוי באשאפן געווארן און איז נישט מקנא א צווייטע פרוכט וכו', די זעלבע דארף א יעדע מענטש וויסן אז ער האט אויך זיין תפקיד אויף דער וועלט און לויבן הקב"ה אויף זיין תפקיד, און פארדעם חמשה עשר בשבט ווען עס איז די חנטה פון אלע פירות איז מען מרבה בפירות זיך צו נעמען א לקח מוסר צו לויבן הקב"ה אויף זיין תפקיד און עס אויסנוצן כראוי,
אדער נאך א בחינה אזוי ווי די בני יששכר זאגט אז לויט די שיטת רבי יהושע אז בניסן נברא העולם און פערציג טעג פארדעם איז געווען עלתה במחשבה לבראו העולם קומט דאך עס אויס חמשה עשר בשבט און וויבאלד אין דעם טאג איז געווען עלתה במחשבה צו באשאפן די וועלט און די מענטש עסט מען פירות צו לערנען א לקח מוסר פאר די מענטש,
דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג אז חמשה עשר בשבט איז מען מתפלל אויף א אתרוג נאה, אתרוג איז דומה ללב און דאס איז די ענין אז חמשה עשר בשבט איז מען מתפלל אז מען זאל האבן א לב טהור א ערליכע און ריינע הארץ,
מען האט געזינגען 'לב טהור ברא לי' און דער רבי האט ממשיך געווען די דב"ק מיט נאך אן אופן, בשעת בריאת העולם האבן די מלאכים געהאט א טענה 'אתי למיחטאי קמך' האט הקב"ה זיי געענטפערט אז מען קען תשובה טוהן, לכאורה זאל נישט ניצן קיין תשובה אלץ נראה ונדחה אינו חוזר ונראה? נאר די תירוץ איז אז א בעל חי ווערט נישט נדחה און כ"ש א איד וואס לערנט תורה וואס דאס ברענגט אריין א שטארקע חיות אין א מענטש במילא ווערט מען נישט נדחה, פארדעם חמשה עשר בשבט וואס איז געווען עלתה במחשבתו לבראו העולם און די מלאכים האבן מקטרג געווען איז מען מרבה בפירות וואס איז א רמז אויף די תורה וואס איז פירות פון אילנא דחיי,
צו מתפלל זיין אז מען זאל מרגיש זיין די מתיקות פון לימוד התורה במילא ווערט מען נישט נדחה און עס ניצט תשובה,
מען האט געזינגען והערב נא און דער רבי האט ממשיך געווען די דב"ק מיט נאך אן אופן, דער ייטב לב זאגט אז הקב"ה איז מצרף אלע מעשים טובים פון א מענטש פון אלע זיינע יארן וואס גייט זיין און פון אלע זיינע דורות, במילא איז זיכער רובו זכאי און מען גייט ארויס זכאי בדין ראש השנה, האט דער רבי געזאגט אז פארדעם חמשה עשר בשבט וואס איז געווען עלתה במחשבתו לבראו העולם און די מלאכים האבן מקטרג געווען איז מען מרבה בפירות און מען איז מתפלל אז מען זאל האבן ערליכע פירות ערליכע דורות, און אזוי קען הקב"ה מצרף זיין זייערע זכותים און עס ווערט בטל די טענה פון די מלאכים,
מען האט געזינגען 'ויהי זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים' און דער רבי האט ממשיך געווען די דב"ק מיט נאך אן אופן, די מלאכים האבן געהאט א טענה ביי בריאת האדם אז עס איז דא מער לא תעשה ווי מצות עשה במילא איז קרוב להפסד יותר משכר, האט דער רבי נאכגעזאגט פון צדיקים אז מען קען דינען הקב"ה נישט נאר מיט תורה ותפילה נאר אפילו מיט אכילה ושתיה, במילא איז מען מרבה זכותים מיט אכילה ושתיה, און פארדעם חמשה עשר בשבט ווען עס איז געווען עלתה במחשבה לבראו העולם איז מען מרבה בפירות צו ווייזן אז מען קען אויך דינען הקב"ה מיט אכילה ושתיה במילא איז קרוב לשכר יותר מלהפסד און עס ווערט בטל די טענה פון די מלאכים,
נאך א בחינה, אין מסכת קידושין קומט אויס אז די שכר פון א מצוה איז עס איז מגין פון עבירות, עס ווערט נאכגעברענגט אז אפילו מען פסקנ'ט שכר מצוה בהאי עלמא ליכא דאס איז נאר ביי מצות דאורייתא, ביי מצות דרבנן איז יא דא שכר אויף די וועלט, במילא איז מען מרבה בפירות צו ווייזן אז אונז זעמיר מרבה במצות מער ווי מען איז מחיוב מן התורה במילא דארף הקב"ה יא געבן שכר בהאי עלמא און משפיע זיין כל טוב פאר כלל ישראל,
דער רבי האט נאכגעזאגט פון הרה"ק ראדמישלא רב זצ"ל אז 'חמשה עשר בשבט' איז בגי' 'שלח רפואה שלימה לחולי עמך' וואס איז די שייכות? ביי מתן תורה האט הקב"ה כביכול חתונה געהאט מיט כלל ישראל, איינס פון די חיובי בעל לאשה איז 'לרפאותה' אבער דאס זענען נאר חיובי דרבנן, במילא חמשה עשר בשבט ווען מען איז מרבה בפירות וואס קומט צו זאגן אז מען איז אויך מקיים מצות דרבנן איז דאס מעורר אז הקב"ה דארף אויך איינהאלטן די מצות דרבנן און איז מחיוב צו שיקן רפואות פאר כלל ישראל,
מען האט געזינגען 'אבינו מלכינו שלח רפואה שלימה לחולי עמך',
און דער רבי האט ממשיך געווען און אנגעוואונטשן מ'זאל קענען מרבה זיין בפירות, זען פירות אין לימוד התורה וקיום המצוה, און זען פירות מתוקים תענוג ונחת פון די קינדער און אייניקלעך, זען פירות אין חיזוק הדת ופעולות טובות אין אלע ענינים, סיי בין אדם למקום או סיי בין אדם לחבירו,
דערביי האט דער רבי אפגעגעבן א שבח והודאה פאר השי"ת פארן געבן די זכי' צו טון גוטע פעולות בנוגע די פרייזן פון די דירות אין קרית יואל, און געבעטן א תפילה לעתיד, און געזאגט אז בעזרת השי"ת וועט מען שטיין על המשמר די תקנות זאלן אויסגעפירט ווערן, און די פרייז וועט זיין מערסטנס 300 א סקווער פיס אין קרית יואל, און 250 אין קרית יואל המורחבת, און שארף אויפגעפאדערט אלע וואס זענען עוסק אין דעם נישט צו מאכן קיין חכמות,
דער רבי האט ארום גערעדט איבער די געוואלדיגע הצלחה וואס מען האט געהאט מיט די נייע מלבושי צניעות פאר די תלמידות בית רחל, עס איז ב"ה פארשטערקערט געווארן די כח הצניעות אין קרית יואל, און דאס איז א נחת רוח פאר רביה"ק זי"ע בגנזי מרומים וואס דאס איז געווען זיין לעבנס וואונטש,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסע עבודה און דגוש וואס הרה"ק רבי ר' מענדל'ע מרימנוב זי"ע האט אריין געלייגט אויף גיין געקנעפלט רעכטס אויף לינקס, און ארויסגעברענגט די ווייטאג אז אלע קינדערישע בגדים זענען לינקס אויף רעכטס, און געפרעגט פארוואס זאל מען נישט מחנך זיין די קינדער צו גיין רעכטס אויף לינקס? דער רבי האט געמאלדן די בשורה מרנינה אז נאכן רעדן צו די סוחרים און בעטן און אויפפאדערן זיך אריין צו לייגן צו קענען אהערשטעלן קינדערישע בגדים פון רעכטס אויף לינקס האבן די פעולות ב"ה געברענגט פירות, און בעז"ה אויף פסח וועט שוין זיין צו באקומען בגדים פאר קינדער רעכטס אויף לינקס, די זעלבע בגדים ווי ביז יעצט אויף חסידישע אופן, מגביר צו זיין ימין וואס דאס איז חסד, על שמאל וואס דאס איז דינים,
דערנאך האט דער רבי ארום גערעדט איבער די כלים צו הערן מוזיק און דרשות, וואס ליידער ברענגט עס גרויסע מכשולות, ווייל די היינטיגע כלים קען מען איבערדרייען אפילו אזעלכע פשוט'ע קליינע כלים צו נוצן אויף נישט גוטע זאכן, און כאטש די עלטערן פארשטייען נישט דערצו קענען זיך אבער די אינגווארג גאר גוט אויס מיט די זאכן,
דערביי האט דער רבי אויפגעפאדערט אלע עלטערן וואס ווילן קויפן אזא זאך פאר זייערע קינדער נאר צו קויפן די נייע כלי מיט א הכשר, וואס דאס איז אזוי אהערגעשטעלט אז מען זאל דאס נישט קענען נוצן פאר עפעס אנדערש,
דער רבי האט פארענדיגט אז מען שטייט שלושים יום קודם פורים, און אויפגעפאדערט אנ"ש צו לערנען קדושת לוי לפורים אלץ הכנה דרבה צום קומו וקבלו, די אידן וואס האבן געלערנט חנוכה האבן הנאה געהאט, די אידן וואס האבן געלערנט פאריאר פאר פורים האבן הנאה געהאט, עס איז אן עונג רוחני,
דער רבי האט מסיים געווען בברכה, מען זאל זוכה זיין צו זיין דבוק אינעם אילני דחיי, און מרבה זיין פירות בקיום התורה ומצות, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ומצות, דערביי האט דער רבי נאכגעזאגט פון הייליגן זרע קודש אז חמשה עשר איז אותיות שער שמחה, השי"ת העלפן עס זאל זיין אפן די שערי שמחה פאר אלע אידישע קינדער, מיט פרנסה בהרחבה גדולה, און מסיים געווען בברכות לרוב.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה, מען האט געענדיגט ארום 11:45.
~🌴~