דאנערשטאג בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בא=
~ר"ח שבט~
ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות. ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: הרבני הנגיד ר' בערל ווייס הי"ו - לאס אנדזשעלעס.
בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו - וומ"ס.
לוי: הר"ר ישכר בעריש פריעדמאן שליט"א, בן הגה"צ אבד"ק אולם שליט"א.
שלישי: הרה"ח ר' יוסף כאירה הי"ו - וומ"ס.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' נפתלי ווייס הי"ו - וומ"ס.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א - ב"פ.
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבערן הייליגן מהר"ם שיק זצ"ל וואס די יארצייט איז געפאלן היינט ר"ח שבט.
פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו - וומ"ס.
דינסטאג ארום אכט אזייגער אויפדערנאכט איז דער רבי אריבערגעפארן צום דערנעבענדיגן האט ספרינגס געגענט אויף א ביקור גומלין ביי ש"ב כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און האדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוטע נאכט.
~🌴~