מיטוואך בא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בא=
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם שטאטישן ביהמ"ד.
בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו - ק"י.
נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער פארשידענע אינטערסאנטע שאלות וואס מאכן זיך שב"ק מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע.
פארנאכטס ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם שטאטישן ביהמ"ד,
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו - וומ"ס.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
פאר מעריב האט שלום גענומען הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה אין די דערנעבענדיגע האט ספרינגס געגענט, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס.
ביים זמן ר"ת ארום 6:25 האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
א גוטע נאכט.
~🌴~