מוצ"ש נאך הבדלה איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ ווי עס איז פארגעקומען די מעמד…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מוצ"ש נאך הבדלה איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' אברהם יושע האט אפגעקויפט א שער אין ביהמ"ד הגדול 'שער ישכר דוב'
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער ווי עס איז פארגעקומען די מעמד חתימת שטרות אינאיינעם מיט א שבע ברכות לרגל נישאי בתו למז"ט ווי הרה"ח ר' שלום יצחק האט אפגעקויפט א כתה אין מוסדותינו הק' אין וומ"ס דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן פארן נדבן און פאר די חתן ומחותנים.
ארום 12:40 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צום סיום מסכת קידושין פון כתה מכינה לישיבה.
די בחורים האבן פארגעזינגען חרוזים,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים אנגעוואונטשן פאר די בחורים און די עלטערן און משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט בתוך דבריו ארויסגעברענגט אז אלע עלטערן זענען דא א בעל שמחה אין ער איז אויך דא א בעל שמחה צוליב וואס ער האט אויך אייניקלעך דא וואס זענען מסיים אין ס'איז די צווייטע מאל די וואך וואס ער איז דא אין די זאל אלץ א בעל שמחה נאך וואס עס איז געווען דאנערשטאג די חומש סעודה פון די אריבער פינעף הונדערט בחנ'טע תשב"ר שהשכינה שורה עליהם "א פילע זאל נאר פון קינדער וואס האבן זיך געפרייט מיט די תורה", דאס איז ריין אידיש נחת! זיי האבן געזינגען אין געטאנצן דאס איז א מחזה הוד "קרית יואל האט שוין פין איין כתה איבער צוואנציג קלאסן דאס איז זיכער א נחת רוח פארן פעטער ז"ל די מייסד הקרי' " אין די רבי האט ממשיך געווען בקול חנק מדמעות אין געזאגט אז כ'האב אריינגעקלערט אז א שאד די טאטע ז"ל דער ברך משה איז נישטא געווען ער וואלט געהאט אזא קורות רוח ער האלט זיכער מיט משמי מרום ער האט דאך אזויפיל אויפגעטוהן פארן שטאט אין אזוי אויך די פעטער די רבי ז"ל,
און יעצט אז מען זעט אז אריבער 330 בחורים האבן מסיים געווען און זיך געשטעלט צום פארהער אויף מסכת קידושין בעט מען אז לשנה הבאה יהיה כן, און אזוי אויך אז דער אייבערשטער זאל געבן געזונט אין כח אז מ'זאל זעהן אין אפאר יאר ארום, די פינעף הונדערט כתה א' קינדער אויך דא זיין ביים סיום מסכת קידושין אלס בחורים,
צווישן אנדערע האט דער רבי ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה מיט די נייע סניף אין ישיבה גדולה פאר בחורים וואס האבן נאכנישט געפינען זייער באשערטע 'ישיבת עסק התורה ד'סאטמאר', אין אזוי אויך איבער די נייע ישיבה קטנה אין קרית יואל אין ווי אויך אין וומ"ס,
דערנאך האט דער רבי געזאגט אז עס איז דא א פלאן אויפן טיש פאר בחורים פון ישיבה קטנה וואס דארפן מאיזה סיבה א דארמיטארי צו ווייל מ'איז אין א שטוב פיל מיט מיידלעך אדער אויב די עלטערן האלטן אז עס איז בעסער פארן תכלית וכדומה פלאנירט מען אז ס'זאל זיין פאר די ערשטע עידזש אין ישיבה קטנה א דארמיטארי,
דערנאך האט דער רבי אויסגעפירט מיט ברכת קדשו פאר די בחורים אין די עלטערן אין זיידעס.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספר הק' ויואל משה פאר אלע בחורים.
א גוטע נאכט
~🌴~