זונטאג כי תבא חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג כי תבא חלק ב'
פארמיטאג ארום 2:00 האט רבינו שליט"א משמיע געווען די פיפטע סוגיא שיעור אינעם סוגיא פון עד אחד נאמן באיסורין בהיכל המתיבתא - סניף ויואל משה.
ארום 4:00 אזייגער האט רבינו שליט"א מלוה געווען די מטה פון הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער זצ"ל דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל רבות בשנים, פארנט פון ביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פון 7:00 ביז 12:40 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
ארום פינעף צו אכט איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום הכנסת ספר תורה וואס איז אריינעגעגעבן געווארן אין ביהמ"ד בית דוב ד'קהילתינו הק' שכונת לעמבערג וואס איז געשריבן געווארן דורך די מתפללי ביהמ"ד, רבינו שליט"א האט געטאנצן די ריקודי קודש מיט די ספר תורה כנהוג, דערנאך האט הרה"ג רבי שלמה זאבעל שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד אין הרה"ג רבי אלתר ט"ב משפיע בביהמ"ד ור"מ במתיבתא הק' געטאנצן מיט די תורה, דערנאך האט רבינו שליט"א פארגעזאגט לדוד מזמור, דערנאך האט רבינו שליט"א קובע מזוזה געווען אויף די נייע ציגעבויטע פליגעל פונעם ביהמ"ד.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אינעם ביהמ"ד בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. ארום 8:20.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב ארום 12:40.
א גוטע נאכט
~🌴~