זונטאג שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג שמות=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר לוי יצחק קליין הי"ו.
ב"ר ירמי' מאיר גאלדבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהדורת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר אברהם יואל גראסבערג שליט"א און הר"ר מנחם זאב זילבערשטיין שליט"א אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ש לעווי הי"ו הרה"ח ר' אברהם עמרם מארקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 7:40 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א - נשיא מוסדות ברסלב בארה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זיינע מוסדות עטה"ק בארה"ק און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~