שבת קודש פרשת ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ויחי=
ערש"ק - צום עשרה בטבת פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן יואל בהרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א.
החתן שלום ב"ר יחזקאל פרענקל הי"ו.
החתן שמעון ב"ר בעריש פעלדמאן הי"ו.
ארום 4:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדויב.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' וואלף פארקאש הי"ו.
בעל קורא: הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א מספינקא ק"י.
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
לוי: הר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א.
שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' מרדכי מיטטעלמאן הי"ו - וומ"ס.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יואל ברש"ח פיש הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:20.
נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן א גוט שבת פארן גאנצן ציבור אינאיינעם, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 6:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הב' משה בהרה"ג ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א נכד הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' מאנטריאל שליט"א.
מנוחה ושמחה: הר"ר משה יודא עקשטיין שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ועתה שני בניך הנולדים לך בארץ מצרים און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צו עס ניצט תשובה אויף די ג' עבירות חמורות.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יודל שטיינמעטץ הי"ו.
ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק בעל ערך ש"י זצ"ל - ראב"ד סיגוט וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק י"א טבת.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' אהרן פרענקל הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר איתמר טובי' קויפמאן שליט"א.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 9:45.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:25.
ברכות ופסוקי דזמרה: ר' בערל אקער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק משה פרענקעל הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א.
כהן: החתן יואל בהרה"ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט"א - באווארפען.
לוי: החתן נפתלי צבי ב"ר יושע קלאגסברוין הי"ו.
שלישי: החתן משה ב"ר וואלף פארקאש הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן שלום ב"ר יחזקאל פרענקעל הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן שמעון ב"ר בעריש פעלדמאן הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל שלמה זלמן כ"ץ הי"ו.
ר' יואל ברש"ח פיש הי"ו.
ר' יואל ברצ"א וויינבערגער הי"ו.
ר' אשר לעמיל ברי"י ווערצבערגער הי"ו.
ר' משולם איסר קאהן הי"ו.
ר' משה משולם טויב הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' בעריש פעלדמאן הי"ו.
אחרון: הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א - מו"ץ.
מפטיר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אהרן ישעי' שניטצלער הי"ו - ב"פ.
גלילה: הרה"ח ר' שאול פיש הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יושע קלאגסברוין הי"ו - מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 12:10.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:20.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' פנחס פראנקעל הי"ו - וומ"ס.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' חיים אלעזר טעללער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויקרא יעקב אל בניו ויאמר האספו' און ארומגערעדט לענגערע דברי התעוררות לקראת די ימי השובבי"ם אויף וואס דער אריה"ק זי"ע זאגט אז די וואכן זענען מסוגל צו תשובה טוהן אויף עניני קדושה,
און דער רבי האט געזאגט אז טראץ וואס עס שטייט אין זוהר הק' אז עס ניצט נישט קיין תשובה אויף די עבירות אדער נאר א תיובתא סגי - א גרויסע תשובה, זאגט אבער רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אז דאס איז נאר אין די פריערדיגע דורות, משא"כ אין די היינטיגע שוואכע דורות פרייט זיך הקב"ה מיט יעדע קליינע פעולה פון א איד און הקב"ה איז מקבל אפילו א קליינע תשובה אויף די הארבע עבירות,
און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי התעוררות מעורר צו זיין מען זאל זיך מקבל זיין קבלת טובות בעניני קדושה במשך די ימי השובבי"ם.
ידיד נפש: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יושע קלאגסברוין הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן זושא ב"ר יואל רובין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שאול פיש הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:45.
מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן די וואך מאנטאג אויף מנוחת הנפש אין פאלם ספרינגס קאלעפארניע.
ארום 9:15 איז דער רבי אנגעקומען אויף א קביעות מזוזה אינעם נייעם לאקאציע פון 'קרית יואל פלייש געשעפט' אויפן 208 אין ק"י,
דער רבי איז ארום אינעם גאנצן געשעפט אין די קאך און אין אלע שטובער און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו,
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם געשעפט,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מאיר הי"ו, פאר בנו הרה"ח ר' יוקל הי"ו, פאר חתנו הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו, און פאר נכדו ר' שלמה בר"מ הירש הי"ו און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, מען האט געענדיגט ארום 9:40.
ארום 9:45 איז דער רבי אנגעקומען צו די בית רחל אדוטאריום 'בנין לאה אסתר' ווי עס איז פארגעקומען א מעמד סיום ששה סדרי משנה דורך 'מתמידים רץ למשנה',
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הר"ר חיים הערש לעבאוויטש שליט"א,
דערנאך האבן עטליכע קינדער פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד,
דערנאך האט נכד רבינו הב' בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א געמאכט די סיום אויף ששה סדרי משנה,
דערנאך האבן אלע קינדער געזאגט אינאיינעם די הדרן און מען האט געזאגט קדיש,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און עקסטער פאר הר"ר אלימלך שווארטץ שליט"א - מנהל, און פאר אלע מלמדים, און דער רבי האט פארטיילט כתבים פאר די אייניקלעך,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז ווען מאכט א סיום זאגט מען 'חזק חזק ונתחזק' און מחזק געווען אלע קינדער צו צו לערנען א סדר נאך א סדר ביז מען איז מסיים גאנץ ששה סדרי משנה, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פאר די קינדער און זייערע עלטערן און פאר די הנהלת המתמידים,
מען האט געענדיגט ארום 10:30.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל ווי עס איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה וואס ווערט געבויעט אינעם ביהמ"ד אינאיינעם מיט א שמחת שבע ברכות דורכן ביהמ"ד לכבודו פון הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד,
דער רבי איז צום ערשט אראפ אינעם אינטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן פלאץ און דערביי האט הרה"ג ר' ישראל בער שליט"א אנגעוויזן אויפן שטח ווי עס וועט געבויעט ווערן א היכל התורה,
דערנאך האט דער רבי געגאסן די בורות און מכבד געווען די אנוועזנדע רבנים שליט"א צו גיסן די בורות,
דערנאך איז דער רבי ארויף צום היכל הביהמ"ד צום שמחת השבע ברכות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און נאכגעזאגט פון הרה"ק האמרי נועם זי"ע וואס די ביהמ"ד איז נקראת על שמו אז 'האספו' איז בגי' 'מקוה' און ארויסגעברענגט די צוזאמשטעל פון די צוויי מאורעות זאגענדיג אז אין גמרא שטייט אז 'ישא אשה ואח"כ ילמוד תורה בטהרה' במילא איז א שטארקע שמחה אז מען איז דא ביי א שבע ברכות און מען בויעט א מקוה וואס איז מרבה טהרה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע מתפללי הביהמ"ד און תושבי השכונה, און בפרט פארן בעל שמחה הרה"ג ר' ישראל בער שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד, און ארומגערעדט בשבח פונעם ביהמ"ד וואס איז א שיין ווינקל אין ק"י און אנגעוואונטשן אז עס זאל זיין 'אמרי נועם' פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן גאנצן אויבנאן פאר א לענגערע צייט, מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
~🌴~