מאנטאג ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויחי=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אסף וואהלבערג הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל מ'שינאווא זי"ע.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
נאכן דאווענען האט דער רבי אריינגערופן בחדרו הפרטי די תלמידי הישיבה תושבי ארה"ק וועלכע האבן פראבלעמען צו באקומען א פטור פון מיליטער פון די רשעי הציונים און קענען לכבוד דעם שוין נישט אהיימפארן צו זייערע עלטערן פאר קרוב צו א יאר צייט,
דער רבי האט משמיע געווען דברי חיזוק און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר יעדעם באזונדער אז מען זאל בקרוב פטור ווערן פון די צרה און די גזירה פון גיוס בני ישיבות זאל בטל ווערן אינגאנצן.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור, און נאכן לחיים זענען אריין די בחורים מזמרים וועלכע פירן אן מיט די ניגונים ביים שלחן הטהור פון רבינו שליט"א ליל שב"ק מידי שבוע בשבוע,
דער רבי האט פארטיילט מטבעות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אזוי אויך זענען אריין די תלמידי הישיבה וועלכע האבן אריינגעברענגט העכער טויזענט דאלער פאר קופת זכרון משה לטובת מוסדות עטה"ק בארה"ק,
דער רבי האט פארטיילט א סעט ספרי שו"ת עצי חיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פאר מנחה האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע.
נאך מנחה ארום 5:15 איז דער רבי אנגעקומען אינעם בנין הבית רחל 'בנין לאה אסתר' ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק' ישיבה גדולה ויואל משה ד'סאטמאר פון ב"פ,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה,
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דער רבי האט מכבד געווען דער ראש ישיבה הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב צו פארציילן סיפורים פונעם בעל הילולא זי"ע,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר דוד שלמה טייטלבוים שליט"א - מנהל הישיבה,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ציעשנוב שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 6:45.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די בחורים עסקנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן ביי די פילע מעמדים בחצרות קדשינו במשך די פארגאנגענע יאר העעל"ט,
דער רבי האט פארטיילט י"ב חלות פאר אלע בחורים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יצחק טאבאק הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"י יאקאב הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~