זונטאג ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג ויחי=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר משה הערש בערקאוויטש שליט"א, בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
ב"ר יקותיאל יושע בוידעק הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר מענדל בער פאוועל הי"ו.
ב"ר יצחק זאב לאנדא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 3:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס ווי עס איז פארגעקומען א פראכטפולע באנקעט אין שטוב פון הנגיד ר' יואל ב"ר שמשון שווארטץ הי"ו לטובת די קאמפיין 'עת לגמור' צו פארענדיגן די ריזן בנין בית רחל - בית פיגא אין בני ברק,
עס זענען געלאדענט געווארן פילע נגידי אנשי שלומינו וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן ברוח נדיבה און עס איז אריינגעקומען אריבער דריי מיליאן דאלער אויפן פלאץ,
ביים מעמד האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו וועלכע האט פארגעשטעלט די דעטאלן איבער די ברייט פארצווייגטע מולטי מיליאן דאלערדיגע בוי פראיעקט פון די לעצטע קרוב צו צען יאר,
אזוי אויך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א - מרבני קהלתינו הק' וומ"ס,
במשך די מעמד זענען די נדבנים צוגעגאנגען איינציגווייז צו רבינו שליט"א ווי דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון שטיצן די בית רחל אין בני ברק וואס איז געווען מחמד ליבו פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און ארומגערעדט איבער די שטארקע דחקות וואס הערשט אינעם יעצטיגן בנין הבית רחל, און שטארק מאריך געווען בשבח פון די חשובע נגידים און בפרט פון די חברי ועד קרן הבנין און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט די מסיבה און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל אכסניא הרה"ח ר' יואל שווארטץ הי"ו און זיין גאנצע משפחה און אהיימגעפארן קיין ק"י.
זמני כניסה איז געווען פון 9:15 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א און הרה"ח ר' חיים שלמה אקערמאן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה מאשקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~