מיטוואך מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך מקץ=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישעי' שעהר הי"ו.
ב"ר צבי יצחק דוב ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר ישכר דוב ראזענבערג הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל א' דחנוכה=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 אזייגער בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.
ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום ערשטן לעכטל חנוכה.
דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און דערנאך געמאכט די ברכות מיט א התלהבות אש, און דערנאך געזאגט די זמירות, בשעת די זמירות האט דער עולם געזינגען ניגוני התעורורות, און דערנאך האט די קאפעליע געזינגען די ניגונים,
ארום 9:50 האט דער רבי אנגעהויבן די דברות קודש ווי דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש און פלפול אויף די גמרא אין מסכת שבת דף כא. אין די סוגיא פון כבתה זקוק לה,
און דערנאך בדרך אגדה ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז די עבודה פון די צדיקים איז נישט צו באשאפן עשירות נאר צו נעמען די עשירות און געלט וואס ליגט אויף פרעמדע פלעצער ביי די אומה"ע און עס משפיע זיין פאר כלל ישראל, און דאס איז געווען די נס חנוכה אז די כהנים האבן געמאכט אז די אויל פון אנדערע פלעצער זאל אנקומען אינעם מנורה און אזוי איז געווען גענוג אויל פאר אכט טעג, און דאס איז די סיבה פארוואס מען ליינט ברכת כהנים אום חנוכה וויבאלד פון די נרות חנוכה זעט מען אז מען קען אזוי משפיע זיין שפע פאר כלל ישראל,
דער רבי האט נאכגעזאגט אז 'להדליק נר חנוכה' איז בגי' 'הזן את הכל' זעט מען פון דעם אז די נרות חנוכה איז משפיע פרנסה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 10:35.
א גוטע נאכט.
~🌴~