דינסטאג מקץ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג מקץ=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים הערש מיטטעלמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר קלמן אליעזר בהר"ר אברהם עקשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' שלמה יוסף באש הי"ו האט אפגעקויפט א כתה אינעם בנין הת"ת החדש במוסדותינו הק' אין ק"י,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
אויך איז פארגעקומען אן אסיפה מיט די 'לשכת הוראה לעניני סת"ם' שע"י קהלתינו הק' וומ"ס, אין שפיץ פון הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' ויו"ר לעניני סת"ם, הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה וומ"ס, און הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד אור ישראל אלימלך,
מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע לעזונגען בנוגע די מכשולות פון די פסול'ע מזוזות, צווישן אנדערע איבער די שטארקע דורכברוך איבער ספעציעלע סופרים וואס די לשכת הסת"ם האט אויפגענומען נאר אויף צו שרייבן מזוזות וואס ווערט פארקויפט דורך די לשכת הסת"ם,
דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה פאר די סופרים און דערנאך זענען די סופרים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~