זונטאג מקץ - כ"א כסלו יום הצלה והשחרור פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג מקץ - כ"א כסלו יום הצלה והשחרור פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 4:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס ארום 5:40 איז דער רבי ארויף אין ישיבה גדולה סניף ברך משה צום מעמד סעודת הודאה לרגל די יום הצלה והשוחרור כ''א כסליו אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר א לענגערע צייט אויף חסדי ה' און נאך ניגוני הודאה,
דערנאך האט דער אורח הכבוד הר"ר אלחנן זאב יוסף פריעדמאן שליט"א ממשיך געווען מיט זיין דרשה,
מען האט געזינגען עטליכע ניגוני הודאה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מנהלים און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק וישב יעקב בארץ מגורי אביו און ארויסגעברענגט בדרך דרוש אז יוסף הצדיק האט משפיע געווען א דרך הצלה פאר אלע צדיקים במשך הדורות וביניהם רביה"ק זי"ע בעל הנס, און דער רבי האט ארומגערעדט איבער די קשר וואס רביה"ק זי"ע האט געהאט מיט די תלמידי הישיבה, און וואס דאס פארלאנגט זיך פון א בחור צו גיין אין זיינע דרכים בתורה עבודה וגמילות חסדים, און דער רבי האט ארומגערעדט באריכות איבער וויאזוי א בחור דארף אלץ זיכער מאכן א טובה צו טוהן פאר א חבר בגשמיות וברוחניות מיט א גוט ווארט, געלט וכו', און ארויסגעברענגט אז יעדע בחור דארף האלטן פאר די אויגן ווען מען האט חתונה און זיכער מאכן אז מען מאכט נישט זיין טאטע אויסגעבן איבריגע געלטער פאר די הוצאות החתונה וואס קיינער פארמאגט נישט די געלטער, סיי בנוגע די מלבושים, מעבל, מוזיק, וכדו' און בפרט בנוגע די שטריימל וואס איז א הייליגע חסיד'ישע מלבוש אבער עס פעלט נישט אויס צו קויפן א טייערע, און דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון די תקנה גדולה וחשובה צו קויפן א בארימטע 'כתר שטריימל' וואס איז סיי שיין און סיי פאסיג פאר יעדעם איינעם, און אויפגעפאדערט די תלמידי הישיבה זיך נישט צו לאזן פון די אגענטן פון די טייערע שטריימל סוחרים נאר קויפן א כתר שטריימל, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הודאה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 6:50.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרבני הנגיד ר' משה יצחק לאנדא הי"ו - בונה ומיקם ביהמ"ד החדש ברך משה דקהילתינו הק' בשכונת טווין אין מאנסי אינאיינעם מיט די אנדערע חברי וועד קרן הבנין פונעם ביהמ"ד,
דער נדבן ר' משה יצחק הי"ו האט געצייגט פארן רבי'ן די פערמיטן וואס מען האט ערהאלטן, און איבערגעגאנגען די ווייטערדיגע פלענער פון די בוי ארבעט און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' הערשל זאבעל הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"י ליבערמאן הי"ו און פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר דוד היילברוין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"י לאנדא הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך מעריב ארום 11:50 איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים צום שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דערנאך האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און די גאנצע אויבנאן פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 12:15, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~