מוצ"ש וישב - כ"א כסלו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מוצ"ש וישב - כ"א כסלו=
"חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו"
ארום 9:00 אזייגער איז רבינו שליט"א ארויסגעפארן פון קרית יואל אויפן וועג קיין וומ"ס צום מעמד אדיר "גדלו והצליחו" סעודת הודאה ודינער השנתי לרגל כ"א כסלו - יום הצלה ושחרור פון רבינו הקוה"ט זי"ע וואס איז פארגעקומען אינעם גיגאנטישן שאטער אינעם 'וואטערפראנט סקווער' אויף קענט עוו.
אלץ יושב ראש המעמד האט געדינט הר"ר יואל דאסקאל שליט"א - מנהל חלקת יושע ביאלא ב"ב.
ארום 10:00 אזייגער האט הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות ווי דער רב שליט"א האט ארומגערעדט איבער די חיוב הודאה וואס ליגט אויף יעדע סאטמאר'ער חסיד, און ארומגערעדט איבער די הערליכע פירות וואס קומט ארויס פון מוסדותינו הק' אין וומ"ס.
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אפרים פריעדמאן ע"ה.
ביים אנקומען אינעם שאטער איז דער רבי צום ערשט אריין אין א זייטיגע צימער ווי עס זענען אריין צו רבינו שליט"א הויכראנגיגע פאליטישע באאמטע, צווישן אנדערע דער הויכגעשעצטער מעיאר פון ניו יארק סיטי 'עריק עדעמס' און קאנגרעסמאן פון מאנסי 'מייק לאולער' און נאך פילע אנדערע, און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן שטיין צו הילף פאר קהלתינו ומוסדותינו הק',
ארום 10:35 איז רבינו שליט"א ערשינען אינעם זאל במעמד רבבות אלפי ישראל ווי דער רבי האט זיך צום ערשט באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן, ביים אנקומען אויפן פלאץ האט דער רבי געטאנצן פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות אויף די ניגון הודאה פון חסדי ה' כי לא תמנו,
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה לכבוד היום,
נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים צוערשט פארן אויבן אן און דערנאך פאר די אלופי אלפי אנשי שלומינו, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ אויף ניגוני הודאה חסדי ה', בך בטחו, והיא שעמדה, און נאך,
במשך די מעמד האט אויפגעטרעטן מיטן דבר הנהלת המוסדות הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, וועלכע האט ארויסגעהויבן די פילע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי קהלתינו הק' וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין,
דערנאך האט הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הי"ו אויפגערופן הרב אהרן דוד טווערסקי שליט"א וועלכע האט אסאך ארויסגעהאלפן די מוסדות אויף די לעגאלע פראנט אין די פארגאנגענע אכט יאר,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו - מנהל המוסדות און אפעלירט צום עולם מען זאל ארויסהעלפן די הנהלה טראגן די עול פון די גרויסע הוצאות, און דערנאך אויפגערופן הרב משה סילק הי"ו זאל אויפטרעטן און אראפגעבן די השתלשלות הדברים פון די לעגאלע קאסטן פון די מוסדות אין די פארלאפענע יארן,
ארום 12:00 אזייגער האט דער רבי אנגעהויבן די צענטראלע דב"ק והדרכת השנה,
דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט דברי אגדה בעניני הודאה און ארויסגעברענגט אז מען דארף לויבן הקב"ה אויף דעם אז מען קען לויבן הקב"ה, און בפרט אז מען זעט יעדעס יאר מער די הצלה ווי די פארגאנגענע יאר וויבאלד די הרחבת גבולי הקדושה פון די כוחות הקדושה פון רביה"ק זי"ע שפרייט זיך אויס מער און מער, סיי מיט בויען בנינים פאר חינוך הבנים והבנות און סיי בעניני צניעות וקדושה,
דערביי האט רבי דערמאנט די נייע איינפיר פון בית רחל אין ק"י מיט די ספעציעלע מלבושי צניעות מיט וואס די תלמידות גייען אנגעטוהן און מבשר געווען א בשורה טובה אז אויפן קומענדיגן יאר וועט עס בעז"ה איינגעפירט ווערן אינעם בית רחל אין וומ"ס, און ממשיך געווען און מאריך געווען בשבח פון מוסדותינו הק' אין וומ"ס און געבעטן דער גאנצער ציבור זיך ווארעם משתתף זיין מיט שיינע סכומים,
דער רבי האט דערמאנט לשבח חבורת תורתך שעשועי וועלכע גרייט זיך שוין צו מסיים זיין גאנץ ש"ס דעם זומער הבעל"ט און מעורר געווען אנ"ש זיך אנצושליסן יעצט ביי די לעצטע מסכת פון ש"ס און מסיים זיין ש"ס אינאיינעם מיט פילע אנ"ש און צוריק אנהייבן פון אנפאנג להגדיל תורה ולהאדירה און אזוי אויך מחזק געווען חבורת יסודי התורה און די אנדערע חבורת פון קהלתינו הק',
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די מלחמה לה' בעמלק פון רביה"ק זי"ע מיט די טומאת הציונית און מען דארף דאס ממשיך זיין און חלילה נישט צו האבן א קשר מיט די מדינה אדער צו נעמען געלט פון די מדינה הטמאה, און מען דארף זען מחזק זיין אלע מוסדות עטה"ק און אלע חשובע מנהלים אז זיי זאלן קענען ווייטער אנגיין,
באזונדער האט דער רבי דערמאנט די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק און אויסגערופן צו די רבנים און עסקנים וועלכע ארבעטן צו באקעמפן די גזירה חזקו ואמצו! און שארף ארויסגעטרעטן אנטקעגן די וועלכע ווילן ח"ו מאכן פשרות עד כדי כך אז זיי ווילן מפקיר זיין פופציג פראצענט בחורים חס ושלום, און עס ליגט אויף אונז א פליכט צו מתפלל אז די גזירה זאל וואס שנעלער בטל ווערן,
אזוי אויך איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק דארף מען אסאך מתפלל זיין אז מען זאל קענען ווייטער מחנך זיין די תשב"ר ע"ד המסורה לנו מדור דור,
דער רבי האט ממשיך געווען און מעורר געווען איבער די נושא פון כשרות המזוזות וואס ליידער ווערן פארקויפט אסאך פסול'ע מזוזות, און שטארק מעורר געווען נזהר צו זיין צו קויפן א מזוזה נאר פון א סופר וואס האט עס אליינס געשריבן, און מעורר געווען צו געבן בודק זיין די מזוזות פון שטוב פאר אן ערליכער סופר זיכער צו מאכן אז עס איז כשר לכתחילה,
דערנאך האט דער רבי מעודד געווען זיך צוצוגרייטן צום יו"ט חנוכה הבעל"ט מיט ספרי חסידות ובפרט מיט ספה"ק קדושת לוי וואס פלאמט אויף דאס הארץ לעבודת השם און עס איז כדאי דאס אדורכצולערנען אלץ א הכנה דרבה,
בסיום דבריו האט דער רבי ארומגערעדט איבער די נייע תקנה וואס מען האט מתקן געווען בנוגע די דירות אין ק"י אראפצוברענגען די פרייז פון א דירה פאר נישט מער ווי $300 א סקווער פיס אין ק"י, און $250 א סקווער פיס אין ק"י המורחבת, און שטארק אויפגעפאדערט אנ"ש פון וומ"ס וועלכע זוכן צו קויפן א דירה אין ק"י זאלן נישט צאלן אפילו איין דאלער מער! און זיך נישט איינרעדן אז מען כאפט א מציאה וויבאלד עס איז סאך ביליגער ווי וומ"ס, והחכם עיניו בראשו,
איידערן פארענדיגן די דב"ק האט דער רבי ארויסגעברענגט די פילע קרבנות וואס סאשעל מידיע האט שוין אפגעקאסט ה"י און מעורר געווען אלע אנ"ש זיך אפצושיידן דערפון,
באזונדער האט דער רבי ארויסגעברענגט אז עס קומט יעצט די גוי'אישע חגאות ווען רוב מענטשן ארבעטן נישט זאל מען זען אויסצוניצן די צייט אויף לימוד התורה ברבים א טאטע מיט די קינדער און אפילו מיט אייניקלעך, און מסיים געווען און אנגעוואונטשן אז די זכות פון רביה"ק זי"ע זאל מגין זיין אויפן גאנצן ציבור און מען זאל געהאלפן ווערן מיט כל מילי דמיטב.
דער רבי האט פארענדיגט די דרשה ארום 12:40 און געבענטשט אויפן כוס, און נאכן בענטשן געזאגט שבע ברכות פאר עטליכע חתנים מאנ"ש,
אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן ביים מעמד און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
~🌴~