-זונטאג תצא-
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
-זונטאג תצא-
רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל ארום 9:30.
פארמיטאג ארום 2:30 האט כ"ק מרן רבינו שליט"א זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי יצ"ו, ביים אנקומען אין
מאנסי ארום 3:20 איז רבינו שליט"א ארויף צום שטוב פין האברך הנגיד ר' הערשל ב"ר מענדל ווערטהיימער ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד חתימות שטרות פארן אפקויפן די זכות קומה אחת אין די נייע בנין בית רחל פארן סכום אדיר פין $350 טויזענט דאללער, דערנאך האט רבינו שליט"א באזוכט אין 'כולל למשפט ולהוראה' אין באגלייטונג פינום פטרון הכולל הנגיד ר' יחיאל יואל לויפער בעה"ב פין דבש,
דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף צו אים אין שטוב ווי די רבי האט געמאכט א לחיים ביי די לחיים איז אויך אנוועזנד געווען זיין שותף הנגיד ר' בערל גאלדמאן מעסקני מוסדות סקווירא דערביי איז פארגעקומען א מעמד חתימות שטרות בשתפות פון ר' יחיאל יואל אין ר' בערל אויפן זכות קומה אחת אין די נייע בנין בית רחל,
דערנאך ארום 4:30 האט רבינו שליט"א באזוכט ביי הרה"ג רבי מרדכי באב"ד שליט"א - ראב"ד מכון להוראה ביים באזוך האט מען ארומגערעדט איבער די הלכה פין אפקויפן א בהמה אין פסח פין א גוי וואס האט א חשש אז ער האט מאכיל חמץ געווען די בהמה (נאך וואס עס איז שכיח געווען די שאלה פארגאנגנעם פסח העעל"ט ביים מעמד ראשית הגז) אין א תשובה דערויף פין ספר יהושע א א זיידע פינום מנחת חינוך אין אזוי אויך האט מען ארומגערעדט איבערן ייטב לב,
ארום 4:45 האט רבינו שליט"א באזוכט בביקור גומלין אדמו"ר מגור שליט"א ווי מען האט ארום גערעדט איבער די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט אין איבער די קראנע אפאכע אין איבער די נאכווייען אין ווי אויך איבער די יעצטיגע שווערעקייטן ביים חתונה מאכן, ארום 5:35 איז די רבי אריבער צום נייעם "היי סטייל" טייל געשעפט פין הרה"ח נחמן פיש ווי די רבי האט קובע מזוזה געווען אין געמאכט א לחיים, דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף צום שטוב פין הנגיד ר' ארי' האפפמאן ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד חתימות שטרות פארן אפקויפן די זכות פין צוויי כיתות אין די נייע בנין בית רחל, דערנאך האט רבינו שליט"א באזוכט בביקור גומלין ביי אדמו"ר מטאשנאד שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות. ארום 6:20 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צו בית מדרשינו הגדול אין מאנסי ווי די רבי האט געדאווענט תפילת מנחה, ארום 6:50 האט מען אנגעהויבן קבלות קהל בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד לקראת די ימים נוראים הבעל"ט, במשך די זמני כניסה זענען צענדליגע הונדרעטער אידן אריין לברך ולהתברך בעת אסאך אידן האבן אונטערגעשריבן שטרות וזכותים לטובות המוסדות. ארום צען אזייגער האט מען געמאכט א קורצע הפסקה פין 25 מינוט אין עס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד די מעמד התמנות פין די פיר נייע דיינים דקהילותינו ווי צום ערשט האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד מאנסי שליט"א דערנאך האט רבינו שליטא געמאכט א לחיים אין געזאגט דברות קודש די רבי האט פארציילט א מעשה אז ווען מען האט אויפגענומען רבי שמעון סופר אלץ קראקא רב האט די תפארת שלמה געפרעגט אז לעולם פארוואס דארף מען א רב אין א שטאט די שטאט האט דאך שוין א דיין, שוחט, סופר, נאר מ'דארף א רב משפיע צו זיין פרנסה פארן שטאט דאס איז פשט אין רש"י 'כדי הוא מינו הדיינין הכשרים "להחיות" את ישראל' דערנאך האט רבינו שליט"א שטארק מאריך געווען בשבח פינום מאנסי רב שליט"א זאגענדיג אז ווען זעהט מען אז א שוחט איז גוט ווען ער שטעלט שוין אנדערע שוחטים יעצט אז מנעמט שוין אויף נייע דיינים זעהט מען ווי שיין די קהילה האט זיך אוועקגעשטעלט דערנאך האט רבינו שליטא פארענדיגט ברגשו לבבו איבער די הערליכע שבת וואס איז פאראיבער בקרב קהילותינו אין מאנסי זאגענדיג דערביי אז די שבת איז נאך שענער געווען פין די צוויי פריערדיגע מאל אין דערנאך האט די רבי מסיים געווען בדברי הדרכה פאר די נייע דיינים אז זיי זאלן פארלערנען שיעורים אין אנגעוואונטשן דברי ברכה פאר די דיינים אין פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א זיך צירוקגעקערט לחדרו הפרטי ווי עס איז ווייטער געווען קבלות קהל, ארום 12:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין היכל הביהמ"ד,
דערנאך האט רבינו שליט"א זיך צירוקגעקערט לחדרו הפרטי ווי עס איז ווייטער געווען קבלות קהל, ארום 2:10 האט רבינו שליט"א פארלאזט די ביהמ"ד הגדול אין מאנסי אויפן וועג צירוקערנדיג קיין קרית יואל, ארום 2:40 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צירוק לביתו נאוה קודש.
~🌴~