שבת קודש פרשת שופטים בצל הקודש בקרב קהלתינו הק' - מאנסי.
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת שופטים בצל הקודש בקרב קהלתינו הק' - מאנסי.
ערב שבת קודש אינדערפרי האט
רבינו שליט''א געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה קטנה "סניף ייטב פנים" בהנהלת הרה"ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט''א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, ווי דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש פאר די בחורים לקראת ימי הרחמים והרצון.
נאכמיטאג ארום 6:30 האט זיך רבינו שליט"א ארויס געלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צו וויילן דעם שבת קודש בקרב קהלתינו הק'.
ארום 6:55 איז רבינו שליט''א אנגעקומען קיין מאנסי.
תיכף ביים אנקומען איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה''צ אב"ד ור"מ דקהילתנו הק' מאנסי, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער די חבורות לימוד התורה בקרב קהלתינו הק'.
ווי אויך האט הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' מאנסי איבער געגעבן פאר רבינו שליט"א א גריס פון די תלמידי כתה מכינה לישיבה אין סוואן לעיק
וועמען ער האט פארהערט.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער געגאנגען צום אכסני' אין מאנסי בבית
הרבני הנגיד ר' משה יוסף הארטמאן.
עטליכע מינוט איידער זמן הדלה"נ איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול,
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה איז פארגעקומען די אפיעל פאר די נייע בנינים פאר מוסדותינו הק' אין מאנסי, ווי עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' לייבוש וויינפעלד מיט שטארקע דיבורים ביי וועלכע ער האט שטארק אויפגעפאדערט
פון יעדן איינעם צו נעמען א חלק אין די חינוך פעסטונגען וועלכע ווערן געבויט דורך קהילתינו הק', און האט ערווענט אז מרן רבינו שליט"א האט אויך געקויפט א כתה אין
די נייע בנין הת"ת.
קבלת שבת: הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א.
במשך די שבת האט דער רבי געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט פון זקינו מרן הייטב לב זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן
שב"ק.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:00
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען פון רבינו שליט"א.
ארום 12:00 איז דער רבי אריינגעקומען
צום עריכת שלחן הטהור, אינעם גיגאנטישער שטח בנין הת"ת החדש שעל יד ביהמ"ד הגדול וועלכע איז ספעציעל אויסשטאפירט געווארן צו אקאמאדירן די לעכטיגע טישן פון רבינו שליט"א.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד
געווען דעם אייניקל הב' ישראל בן הרה"צ דוד דוב דושינסקיא - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' מאנסי שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' מרדכי באב"ד שליט"א - ראב"ד מכון להוראה
מנוחה ושמחה: הגה"צ אב"ד בערטש מאנסי שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק כי יפלא ממך דבר למשפט בין דם לדם בין דין לדין ובין נגע לנגע דברי ריבות בשעריך וקמת ועלית אל המקום אשר יבחר ה' אלקיך בו און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא צי עס איז דא א מודעה.
קה אכסוף: הגה"צ אב"ד
קאזלאוו מאנסי שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' מאנסי שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן דעם שבת ו' אלול
אז ביום השביעי: הרה"ג
ר' יעקב ווייס שליט"א - מרבני קהלתינו הק' מאנסי.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 2:15
דער רבי איז אהיים צום אכסניא בבית הרבני הנגיד ר' יעקב יחזקי' מארקאוויטש.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען
צום דאווענען ארום 9:45
ברכות ופסוקי דזמרה: הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' מאנסי שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: ר' משה טאבאק.
פסוקי שמע ישראל:
הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א.
כהן: ר' יואל איזראעל.
דערנאך האט דער רבי קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט.
לוי: הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' מאנסי שליט"א.
שלישי: הרבני הנגיד ר' דוד ניישטאדט.
רביעי: ר' יואל נפתלי זאב ניימאן.
דערנאך האט דער רבי קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט.
חמישי: ר' ארי' האפמאן.
שביעי: ר' חיים שלמה פישער - משב"ק.
אחרון: ר' אברהם דרעזנער.
דערנאך האט דער רבי קורא שם געווען לבתו הנולדה לו למז"ט.
מפטיר: ר' אברהם יקותיאל יערמיאש.
הגבה: הרבני הנגיד רפאל פערלמוטער.
גלילה: ר' הערשל ווערטהיימער
צו תפילת מוסף איז רבינו שליט"א
צוגעגאנגען לרגל יומא דהילולא קדישא פון זקינו מרן הייטב לב זי"ע.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' משה אהרן שטיינבערג.
מען האט געענדיגט ארום 12:50
נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א אריבער געגאנגען צום שטוב פון הרה"ח ר' אברהם שיף ווי דער רבי האט קידוש געמאכט.
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די וואוקס פונעם עיה"ת מאנסי, און איבער אידישקייט אינדערהיים און היינט.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום אכסניא בבית הרבני הנגיד ר' משה יוסף הארטמאן ווי דער רבי האט געפירט די סעודה אינאיינעם מיט די נגידים נדיבי
לב וועלכע האבן אפגעקויפט זכותים אדורים אין די נייע מבצרי התורה והחינוך וועלכע ווערן
יעצט געבויעט אין מאנסי.
דערנאך האט דער רבי אנגעווינטשן דעם בעל אכסניה ובני ביתו.
בשעת די סעודה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד מיט הרה"ג ר' יעקב ווייס וועלכע האבן פארציילט זכרונות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע אין די בראשית יארן אין אמעריקא און בפרט פון די ישיבה עצי חיים סיגוט ווי ער האט געלערנט אינאיינעם מיט רבינו שליט"א,
דערביי האט די רבי אויך מוסיף געווען מיט זכרונות וואס האט זיך פארצויגן א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען מיט די זמירות
ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' מיכאל הערצאג
ברוך קל אליון: הרבני הנגיד ר' ישראל שיף - מראה"ק
דערנאך האט אויפגעטרעטן הר"ר דוד יודא הירשפעלד שליט"א - דומ"ץ מונקאטש. וועלכע האט מקדים געווען בברכה מרן רבינו שליט"א און ארומגערעדט בדברי שבח פון די קהילה והמוסדות.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען דעם בעל אכסניא הרה"ח ר' משה יוסף הארטמאן.
מען האט פארענדיגט ארום 3:30. ארום 6:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען פארלערנען פרקי אבות בהיכל בית מדרשינו הגדול.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ו' משנה ב' "בת קול יוצאת מהר חורב ואומר אוי להם לבריות מעלבונה של תורה" ווי דער רבי האט עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ואגדה ומוסר.
צווישן אנדערן האט דער רבי גאר שטארק מעורר געווען קעגן זיך ארויס ציען אידרויסן פון די היימישע געגנטער ווי מען געוואוינט זיך איין צו א באקוועמע אידישקייט.
דער רבי האט צוגעענדיגט מיט
דברי ברכה לקראת די ימי הרחמים והרצון. דער רבי האט געענדיגט פארלערנען ארום 8:00
דערנאך איז דער רבי אריין אין די היכל התורה ווי עס זענען געווען פארזאמלט די קינדער פון די חברת תהילים, דער רבי האט מיטגעזאגט עטליכע קאפיטלעך תהילים און דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון תהילים בפרט אין חודש אלול.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרבני הנגיד ר' יעקב יחזקי' מארקאוויטש.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' משה יודא הירש
כהן: הרה"ג ר' אהרן איזראעל שליט"א - ראה"כ.
לוי: הרה"ג ר' אנטשיל
גרובער.
שלישי: ר' משה יוסף הארטמאן.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: ר' יואל ברמ"י ווערצבערגער.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' פייש הערצאג
שיר המעלות: הר"ר אשר שמואל כ"ץ מדייני קהלתינו הק' במאנסי
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק וה' אמר לכם לא תוסיפון לשוב בדרך הזה, דער רבי האט געזאגט גאר שטארקע דברי מוסר והתעוררות אז מען שטייט שוין א וואך אריין אין אלול, און
יעדער איד דארף מאכן א חשבון הנפש וואס האט ער שוין אויפגעטון. דער רבי האט פארענדיגט בברכת הקודש לקראת שנת תשפ"ב ידיד נפש: הר"ר יואל געלב - מדייני קהלתינו הק' במאנסי.
קל מסתתר: הר"ר אפרים משה לעווי - מדייני קהלתינו הק' במאנסי.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן ר' משה יצחק לאנדא. נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה ברוב עם. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:45.
מוצאי שבת קודש ארום
12:25 איז רבינו שליט"א געווען אויף א באזוך ביי האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער חודש אלול און ווי עס דארף אויפשאקלען יעדעס אידיש קינד, איבער וועלכע מנהגים מען האט צוגעלייגט אין
אלול, ווי לדוד ה' אורי, 10 קאפיטלעך תהילים, וכדו', זכרונות פון זקינם האמרי חיים זי"ע, צוואת ר"י החסיד, ועוד. האדמו"ר מוויזניץ
האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים, און דער רבי האט געוואונטשן ברכות קדשו.
דערנאך האט האדמו"ר
מוויזניץ שיליט"א ארויס באגלייט דעם רבי'ן ביזן קאר.
ארום 1:05 איז רבינו שליט"א
אנגעקומען לבית הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטטער הי"ו צום מעמד חתימת שטרות לטובת די נייע מבצרי התורה והחינוך וועלכע ווערן געבויעט דורך קהלתינו הק' אין מאנסי.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
~בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה והוא זיוה והוא הדרה~
~🌴~