זונטאג וישב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג וישב=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר לוי יצחק לעווי הי"ו.
ב"ר משה אברהם ווייס הי"ו.
ב"ר יוסף רפאל האפער הי"ו.
ב"ר יצחק הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר אביגדור בלייך הי"ו.
ב"ר יחזקאל שרגא מויזקאפף הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית ארום 12:15 איז דער רבי אנגעקומען צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וואס קומט פאר מארגן מאנטאג אין ביהמ"ד הגדול אין ק"י,
ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה,
ביים אריינקומען אין אהל האט דער רבי געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל זי"ע און בעל ברך משה זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה,
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה טאמבור הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"מ מערמלשטיין הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק פאגעל הי"ו און הרה"ח ר' אלי' יצחק ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 9:30 איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש מיט אלע שמשים און אייגענטומערן פון די וויין שטיבלעך פון די בתי מדרשים דקהלתינו הק' אין ק"י,
עס האט צום ערשט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א - יו"ר וועד הכשרות ק"י, וועלכע האט ארויסגעברענגט די פראבלעמען און מכשולות וואס מאכן זיך כסדר און די לעזונג וואס וועד הכשרות וועט אוועקשטעלן בפקודת רבינו שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי הדרכה ווי דער רבי האט אראפגעשטעלט תקנות וועלכע הכשרים און וויינען און ברוינפענס עס קען ווערן פארקויפט אין ק"י, און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף די שמשים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 10:40 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יצחק וואלף גרינוואלד שליט"א און הר"ר שלמה אלי' ווייס שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' סנדר משה קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל בר"א ברוין הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~