שבת קודש פרשת וישלח - שבת של שמחה - שבת עלי' לתורה פון החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב…
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת וישלח - שבת של שמחה - שבת עלי' לתורה פון החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א - רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן הערשל בהר"ר יואל גרובער שליט"א.
ארום א האלבע שעה נאכן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר נכדו החתן הרב דוד דוב שליט"א און געגאנגען אין ביהמ"ד אין באגלייטונג פון די חתן און מחותנים בשירה וזמרה.
ארום 4:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א - מנהל בית רחל, לקראת די דינער השנתי פון מוסדותינו הק' ק"י וואס קומט פאר מוצש"ק.
קבלת שבת: נכד רבינו הר"ר חיים יעקב רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה וומ"ס.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' מענדל הערש כהנא שליט"א - דומ"ץ קארלסבורג וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הגה"צ אב"ד לייפניק ב"ב שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויאמר עשיו יש לי רב אחי יהי לך אשר לך' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מין במינו.
מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד די שבת עלי לתורה,
קה אכסוף: הרב אלעזר האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי ר' בער ממעזריטש זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג י"ט כסלו.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דינוב ק"י ומו"ץ בקהלתינו הק'.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 11:10.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:25.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ברוך עקשטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט בנו הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו - וומ"ס.
כהן: הגה"צ ר' מענדל הערש כהנא שליט"א.
לוי: החתן הערשל בהר"ר יואל גרובער שליט"א - באווארפען.
שלישי: נכד רבינו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה כנהוג.
רביעי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א.
חמישי: החתן משה יודא ב"ר יואל פישל פריעד הי"ו - באווארפען.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' וואלף ברא"י בערגער הי"ו.
ר' שמואל מאיר שרייבער הי"ו.
ר' שניאור זלמן גאלדמאן הי"ו.
שביעי: החתן שמעון יודא ב"ר משה טאמבור הי"ו - באווארפען.
הוספות: החתן יושע ב"ר ברוך עקשטיין הי"ו - באווארפען.
החתן אשר לעמיל ב"ר יואל ברי"ד לאנדא הי"ו.
החתן דוד ב"ר אליעזר זוסיא סופר הי"ו.
אחרון: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מפטיר: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
הגבה: הרה"ג ר' ברוך טאמבור שליט"א - לאנדאן.
גלילה: הר"ר יואל ברשא"מ גרובער שליט"א.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ רב דביהמ"ד בית שמואל שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יושע ארי' גרינוואלד הי"ו.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום שמחת הקידושא רבא אין ביהמ"ד הגדול צד צפון,
דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות און פיש,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויבא יעקב שלם' און ארויסגעברענגט אז ווען מען האט חתונה איז מען זוכה צו 'שלם בגופו שלם בתורתו ושלם בממונו' און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מען האט געענדיגט ארום 12:55.
די מיטאג טיש איז געפראוועט געווארן אינאיינעם מיט די בני המשפחה אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען, ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
ברוך קל עליון: הרב אלעזר האלבערשטאם שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'אחי יהי לך אשר לך' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון צו מען גייט בתר מעשה אדער בתר מחשבה.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר יואל בר"ע הירש שליט"א.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכל פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו - וומ"ס.
לוי: הר"ר משה בער לאנדא שליט"א.
שלישי: הרה"ג ר' שניאור זלמן פערלמוטער שליט"א - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הר"ר שלום לוי יצחק ווייסמאן שליט"א - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ויבא יעקב שלם און ארויסגעברענגט אז אויב האנדעלט מען נישט ערליך ברענגט דאס אז די תורה זאל זיך נישט האלטן ביי די קינדער און מען האט ח"ו נישט ערליכע קינדער, אזוי אויך אויב האט מען מידות רעות און מען ארבעט נישט עס בעסער צו מאכן האלט זיך נישט די תורה אינעם מענטש,
און אויסגעפירט אז אויב וועט זיין 'שלם בגופו' מען וועט ארבעטן אויף זיך צו האבן גוטע מידות און 'שלם בממונו' מען וועט נאר האנדלען ערליך דעמאלטס וועט זיין 'שלם בתורתו' און מען וועט האבן ערליכע דורות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו.
פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה,
דער רבי האט געבענטשט על הכוס,
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 7:15.
ארום 10:50 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום מעמד דינער השנתי "מיינע מוסדות" פון מוסדותינו הק' אין קרית יואל וואס איז פארגעקומען אין די בית רחל אודיטאריום.
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ח ר' אהרן יוסף לאנדא הי"ו,
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו - מנהל המוסדות,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש וחובת השעה, דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי אגדה אויף די וואכעדיגע סדרה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די גרויסע הצלחה פון מוסדותינו הק' אין קרית יואל וועלכע איז די גרעסטע מוסד איבער דער גארער וועלט בכמות ובאיכות! מיט אירע אריבער 12,500 תלמידים ותלמידות, און ארויסגעברענגט לשבח די נייע איינפיר פון די מלבושי צניעות ביי די תלמידי בית רחל, דערנאך האט דער רבי ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדותינו הק' אין ק"י און איבער די צוויי נייע בנינים וואס מען האלט אינמיטן בויען פארן בית רחל און פאר די ת"ת, און דער רבי האט מעורר ומעודד געווען אנ"ש אז יעדער איינער דארף שפירן ווי דאס איז זיין פראיעקט, און יעדער זאל נעמען א חלק אין דעם כפי יכלתו,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די שטאט ק"י, סיי אין צענטער פון שטאט ק"י און סיי אין ק"י המורחבת ווי עס בויען זיך און עס וועלן זיך בויען במשך די קומענדיגע יארן טויזענטער דירות,
און דאס מיינט אז קיינער דארף זיך נישט זארגן אז ער וועט נישט האבן קיין דירות פאר די קינדער, און דער רבי האט מחזק געווען די תקנה וואס מען האט מתקן געווען אז די פרייז זאל נישט זיין מער ווי $300 א סקווער פיס, און מען טוט ווייטער פעולות אז דאס זאל ווערן א מציאות ביי אלע דירות בלי יוצא מן הכלל, און דאס קען נאר צושטאנד קומען אויב דער ציבור וועט מיטשטיין מיט דעם און נישט קויפן קיין דירות פאר טייערער וואס נאר אזוי וועט די תקנה בלייבן אויף שטענדיג, במילא זאל מען האבן שכל און אויסווארטן ביז די פרייזן וועלן זיך סטאביליזירן,
אזוי אויך ביי די דירות אין ק"י המורחבת ווי די פרייזן פון די קרקעות זענען סאך ביליגער טאר מען נישט בעטן מער ווי $250 א סקווער פיס! און בקרוב ווען מען וועט אנעקסירן די שטחים צום ווילעדזש אין ק"י וועט מען נאר נעמען שטחים פון מענטשן וואס שטעלן זיך צו און פארקויפן נישט פאר טייערער וויבאלד עס איז נישט קיין יושר צו ארויסרייסן געלטער פונעם ציבור, במילא זאלן די אינוועסטירער דאס נעמען אין באטראכט און נישט קויפן יעצט קיין קרקעות פאר טייער וויבאלד דאס וועט נישט זיין ווערד אזויפיל אין עטליכע יאר ארום, און דער רבי האט אויסגעפירט אז דער אייבערשטער זאל העלפן אז מען זאל קענען מצליח זיין צו מוציא זיין מכח אל הפועל אלע פלענער לטובת הציבור,
דערנאך האט דער רבי מעורר געווען יעדעם איינעם צו זען אדורכצולערנען די קדושות לחנוכה פונעם הייליגן קדושת לוי אזוי ווי פארגאנגענע יאר, וואס דורך דעם קען מען שפירן א טעם אין די חנוכה ליכט,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה פאר די הנהלת המוסדות און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואנטשן פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט פארלאזט די זאל ארום 12:20, און אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 1:00 אזייגער איז דער רבי ארויסגעקומען פארנט פון ביתו נאוה קודש ווי עס איז אריבערגעפארן די מטה פון בנש"ק הר"ר אברהם דוד וואגשאהל ז"ל - מפארי קהלתינו הק' מאנסי און דער רבי האט מלוה געווען די מטה ביזן עק גאס.
~🌴~