מיטוואך שופטים פארנאכטס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך שופטים פארנאכטס
נאך תפילת שחרית האט רבינו שליט"א פארהערט,
הב' צדוק בן הר"ר יחזקאל היילברוין שליט"א.
הב' נתנאל ב"ר יקותיאל זושא ווייס.
הב' יחיאל מיכל ב"ר יואל כ"ץ.
הב' שלמה זלמן ב"ר מיכל טרעגער.
גאנץ שו"ע יו"ד ח"א, בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים מו''ה נתן דוב שווארץ - מו''ה הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן,
אין די זאלן פון כינור דוד.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה ארום 7:30
ארום 8:20 איז האדמו"ר מגור שליט"א געווען אויף א באזוך ביי כ"ק רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי האט אים מכבד געווען מיט א לחיים און עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די געוואלדיגע גאונות און קלארקייט בתורה פון זקינו השפת אמת און ווי אזוי עס איז געווען בהצנע לכת, און איבער די כח התורה ביי חסידים.
דערנאך האט אים רבינו שליט"א ארויס באגלייט ביז אין גאס.
פון 8:45 ביז 12:45 אויפדערנאכט איז געווען קבלת קהל בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
אויפדערנאכט ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים,
ר' פנחס פרענקל - ר' שמואל הערש פעלדמאן,
אינעם תנאים זאל פרדס ווידער - אולם לעווינגער בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ארום 12:55
~🌴~