מיטוואך שופטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך שופטים
דער רבי האט געדאוונט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל .
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים הערש אבערלענדער.
ב"ר מאיר מענדל בראך.
ב"ר יואל ווערטהיימער.
דערנאך האט דער רבי געצינדן ליכט לע''נ זקינתו די וואלאווע רעביצין ע''ה.
נאכן דאווענען האט דער רבי געזאגט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ה' פסוק י''ג.
דערנאך איז פארגעקומען די מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 2:40 נאכמיטאג האט זיך דער רבי באטייליגט ביי די לויה פון הבחור אהרן פריעדמאן ע''ה בן הרה''ח ר' מענדל ב''ר אברהם שמחה הי''ו ממציוני תלמידי ישיבה קטנה סניף ייטב פנים, פארנט פונעם בנין הישיבה.
"שנשמע ונשבשר בשורות טובות"
א גוטן טאג
~🌴~