דאנערשטאג ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ויצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ברא"מ איצקאוויטש הי"ו בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ברי"צ פריינד הי"ו.
ב"ר יואל ברא"ז פריעדמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יושע גפן הי"ו און הרה"ח ר' שמואל שמעון בערקאוויטש הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו און הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך אין לאנדאן,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~