מיטוואך ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויצא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"ש פריעדלענדער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מנחם משה גאלד הי"ו.
ב"ר אברהם שימאן הי"ו.
ב"ר יואל וויינשטאק הי"ו.
ב"ר יואל פאוועל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג ארום 4:00 אזייגער איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' פישל בר"ה כ"ץ הי"ו בביתו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל,
נאכן ברית האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל דוד דרעזדנער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ר שווארטץ הי"ו און הרה"ח ר' שמעון אהרן כ"ץ הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 9:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הר"ר יצחק העללער שליט"א פון לעיקוואד אין באגלייטונג פון חברי וועד המקוואות שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' ווי מען האט פארגעשטעלט פארן רבי'ן א נייע סארט פילטער פאר מקוואות,
דער רבי האט איבערגעקוקט דעם מאשין א לענגערע צייט און באטראכט אלע חלקים ופרטי פרטים פון די מאשין, און אויסגעשמועסט אלע צדדים בהלכה, בהשקפה, און פראקטיק.
אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' ארי' לייבוש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א וחתן הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בנו החתן וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג וישלח אין שיכון סקווירא, עב"ג הכלה בת הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך מעריב איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד אבני צדק צום שמחת התנאים פון נכדתו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, עב''ג החתן הרב מרדכי זאב רובין שליט"א בן הגה"צ רבי יהושע שלום נתן רובין שליט"א - אבד"ק גלאגוב,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:00 אזייגער און זיך באגריסט מיט די חשוב'ע רבנים אויפן אויבנאן,
עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א,
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און דערנאך געליינט די תנאים,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארומרעדענדיג בעניני נישואין, און ממשיך געווען מיט עטליכע סיפורים בעניני נשואין פון די גרויסע זיידעס זי"ע פון וועם די חתן כלה זענען אייניקלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשובע און מחותנים,
מען האט פארענדיגט ארום 11:15, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.
~🌴~