מיטוואך תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך תולדות=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם אבא לאנדא הי"ו.
ב"ר מנחם הירש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 12:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד ישראל שלום דקהלתינו הק' בשכונת ויואל משה וועלכע האלט אינמיטן אירע בוי פאזעס ווי עס איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה וואס ווערט געבויעט אינעם ביהמ"ד,
דער רבי האט געגאסן די מקוה און מכבד געווען די חשוב'ע אנוועזנדע רבנים שליט"א כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און די אנדערע חשוב'ע רבני ודייני השכונה צו גיסן די מקוה, און אזוי אויך הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו - נדבן הביהמ"ד ובונה השכונה און נאך חשובע פני הקהילה,
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד וואס האלט אינמיטן די בוי פאזעס און געהערט א באריכט פונעם נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו איבער די פלענער פונעם ביהמ"ד,
דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן ביהמ"ד בית אלעזר צום מסיבת לחיים,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשובע רבנים שליט"א האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א און הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, צווישן אנדערע זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און פארשידענע אינטערסאנטע שאלות וואס האבן זיך געמאכט אין די לעצטערע טעג,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די חשובע רבנים שליט"א און עקסטער פאר הרה"ג ר' יצחק טריגער שליט"א - מגדולי המומחים בעניני מקוואות, און פארן נדבן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א,
דער רבי האט איבערגעקוקט די סקיצעס און פלענער פונעם ביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, מען האט געענדיגט ארום 1:10.
ארום 3:00 אזייגער איז געקומען אויף א באזוך הגאון רבי משה בראנדסדארפער שליט"א - גאב"ד היכל הוראה בירושלים עיה"ק,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכה און דער רב שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו שו"ת היכל הוראה ו' כרכים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען בהיכל הכולל ווי דער רבי האט משמיע געווען דבר ה' זו הלכה בדברים העומדים על הפרק בדברים חמורים למען קדושת העיר בענין חרם דרבינו גרשום און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די רבני ולומדי הכולל בנוגע די ענינים און פארענדיגט בברכת קדשו.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר סטרולאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי יעקב ווערצבערגער הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ה טייטלבוים הי"ו און הרה"ח ר' ישראל דאווידאוויטש הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~