דינסטאג תולדות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תולדות=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
ב"ר אברהם פאוועל הי"ו.
ב"ר יואל ברי"י פריינד הי"ו.
ב"ר יואל ברילל הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה', און משמיע געווען שטארקע דברי חיזוק פאר די בחורים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
ארום 4:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז דער רבי אריבער אין מבצר הכוללים ווי דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בדברים העומדים על הפרק.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה איז געווען פון 7:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~