פרייטאג שמיני
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג שמיני=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה הלל וויינגארטן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים ברוך יודא זאבעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד נועם אלימלך ליזענסק אינאיינעם מיט תלמידי ישיבת עסק התורה - מאנסי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה פאר די בחורים לרגל סיום הזמן,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א סעט חיבור לטהרה אויף הלכות מקוואות.
א גוט שבת.
~🌴~