דאנערשטאג שמיני
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג שמיני=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"מ פריעדמאן הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי יצחק גפן הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר בהר"ר אברהם עקשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד.
נאך שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר רובינשטיין הי"ו בבית אביו הרה"ח ר' אהרן דוד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פיפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'דבר שיש לו מתירין' אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה,
נאכן פארלערנען האט זיך דער רבי מפלפל געווען מיט בנו הגדול הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
ארום 4:00 אזייגער איז דער רבי ארויסגעקומען צום נייעם צוגעבויעטן חלק פון ביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט מקיים געווען מצות מעקה,
דער רבי האט אויפגעהויבן די צוים און עס אראפגעשטעלט אויפן פלאץ און געמאכט א ברכה בשם ומלכות מיט גרויס התרגשות 'אשר קדשנו במצותיו וצונו על עשיית מעקה' און דערנאך געמאכט א ברכת שהחיינו אויפן נייעם צוגעבויעטן חלק,
דערנאך האט דער רבי באהאפטן די צוים און בטירחא דגופא אריינגעשרויפט די נעגל און עס באפעסטיגט און דערביי געמאכט דעם בוי מייסטער הרה"ח ר' יצחק בערנאטה הי"ו פאר א שליח צו פארענדיגן די צוים אינגאנצן, און דער רבי האט אויסגעווארט ביז עס איז פארענדיגט געווארן.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 8:45 איז דער רבי אנגעקומען צו די בית רחל אדוטאריום 'בנין לאה אסתר' ווי עס איז פארגעקומען א מעמד סיום ששה סדרי משנה דורך 'מתמידים רץ למשנה',
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הר"ר לייבוש גאלדבערגער שליט"א,
דערנאך האבן עטליכע קינדער פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד,
דערנאך האבן אלע קינדער געלערענט זייערע באשטימטע פרקים משניות און מסיים געווען אויפן פלאץ גאנץ ששה סדרי משנה,
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און עקסטער פאר הר"ר אלימלך שווארטץ שליט"א - מנהל,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה וואס עס איז דא פאר גאנץ ק"י און בפרט פאר די חשובע קינדער המסיימים און זייערע עלטערן, און געזאגט אז עס איז געווען א שטארקע קורת רוח צו באזוכן די אנפאנג וואך ביי די לימודים, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פאר די קינדער און זייערע עלטערן און פאר די הנהלת המתמידים,
מען האט געענדיגט ארום 9:25.
זמני כניסה איז געווען פון 9:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל יצחק לוסטיגמאן הי"ו און הרה"ח ר' אלימלך בראך הי"ו - מאנטריאל, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה האבן הב' משה אהרן דוד בהרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א און הב' יחזקאל שרגא ב"ר יואל שווארטץ הי"ו הי"ו זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע יו"ד ח"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~